מיט עטלעכע יאָר צוריק האָט מײַן חבֿרטעס משפּחה מיך פֿאַרבעטן אויף אַ יום־טובֿדיקן מאָלצײַט. אַלץ איז געגאַנגען גלאַטיק, ביז איר טאַטע האָט מיך געפֿרעגט: „נו, וווּ פֿאַרברענגט דײַן משפּחה דעם יום־טובֿ?‟ ווי תּמיד, ווען מע פֿרעגט מיך אַזאַ פֿראַגע, האָב איך דערפֿילט אַ שטאָך אין מאָגן.
„ס׳איז קאָמפּליצירט,‟ האָט מײַן חבֿרטע גיך געענטפֿערט, און דער טאַטע האָט געביטן די טעמע.
זײַן שאלה איז, אַוודאי, געווען אַן אומשולדיקע. אַ מענטש וואָלט געדאַרפֿט קענען זיך נאָכפֿרעגן וועגן מײַן משפּחה, אָבער יעדעס מאָל, ווען איך הער אַזוינע פֿראַגעס, הייבט מיר דאָס האַרץ אָן גיך צו קלאַפּן, און עס באַווײַזן זיך בײַ מיר אויפֿן פּנים פּערעלעך שווייס.
ס׳רובֿ מענטשן מיינען, אַז אַלע יונגע לײַט האָבן אַ טאַטן אָדער אַ מאַמען, וואָס לעבן נאָך, און וואָס זיי האָבן מיט זיי עפּעס אַ פֿאַרבינדונג. נישט בײַ מיר. מײַן מאַמע און באָבע זענען שוין ביידע אויף יענער וועלט, און מײַן טאַטן האָב איך נישט געזען זינט איך בין געווען זיבן יאָר אַלט. קיין באַציִונגען מיט אַ קרובֿ האָב איך אויך נישט.
דערפֿאַר, ווען מע שטעלט מיך פֿראַגעס וועגן מײַן משפּחה, ווייס איך נישט וואָס צו ענטפֿערן. איך שטאַמל אונטער, אָדער איך שווײַג צו לאַנג. איך ווייס, אַז דאָס שטעלט דעם שאלה־פֿרעגער אין אַ פֿאַרלעגנהייט, אָבער וואָס קען איך טאָן?
צוליב מײַן מורא פֿאַר אַזוינע מאָמענטן, מײַד איך טאַקע אויס צו פּראַווען יום־טובֿ מיט מענטשן, וועלכע קענען מיך נישט גוט.
געוויינטלעך, ווען עס טרעפֿט אַזאַ זאַך, בין איך, צום מערסטן, אין כּעס אויף זיך אַליין, וואָס איך קען נאָך אַלץ נישט באַהערשן מײַנע געפֿילן, אַפֿילו אויב ס׳איז שוין 15 יאָר זינט די מאַמע איז נפֿטר געוואָרן.
די פּראָבלעם מיט פֿאַרלירן אַ ליבן מענטש איז נישט צו דערקלערן, און קיינער קען מיר נישט געבן קיין אינסטרוקציעס ווי אויסצומײַדן יענע אומגעריכטע שטאַרקע געפֿילן. אַמאָל טראַכט איך, ס׳וואָלט געווען אידעאַל, ווען איך וואָלט געקאָנט אויסטיילן וויזיט־קאַרטלעך מיט דער גאַנצער אינפֿאָרמאַציע („מײַן מאַמע איז שוין געשטאָרבן, און איך ווייס נישט, וווּ מײַן טאַטע איז‟); אַזוי וועל איך נישט דאַרפֿן ענטפֿערן אויף די פֿראַגעס בעל־פּה.
צוריקגערעדט, וואָלט דאָס אפֿשר אויך געווען פּריקרע…