1 צײַטיקער אַוואָקאַדאָ
1 לעפֿעלע איילבערט־בוימל
זאַפֿט פֿון אַ האַלבער גרינער לימענע
1 ציינדל קנאָבל, צעהאַקט
אַ ביסל רויטער פֿעפֿער־פּראָשיק
זאַלץ (לויט אײַער געשמאַק)
1/2 געלער זיסער פֿעפֿער
6 קאַרשן־טאָמאַטן
1 גרינע ציבעלע, צעשניטן אויף דינע שטיקלעך
1 לעפֿל צעשניטענע פּעטרישקע אָדער פֿעלד־גליאַנדער (cilantro leaves)
צעשנײַדט דעם אַוואָקאַדאָ אויף דער העלפֿט און וואַרפֿט אַרויס דאָס קערל. שאָבט אַרויס דאָס ווייכע פֿונעם אַוואָקאַדאָ־שאָלעכץ און צעהאַקט עס. לאָזט דאָס שאָלעכץ אין אַ זײַט.
נעמט אַרויס די קערעלעך פֿונעם געלן פֿעפֿער און צעשנײַדט עס אויף קליינע שטיקעלעך. צעשנײַדט די קאַרשן־טאָמאַטן אויף דער העלפֿט און מישט זיי אַרײַן מיטן געלן פֿעפֿער. גיט אויך אַרײַן די צעשניטענע ציבעלע און פּעטרישקע (אָדער פֿעלד־גליאַנדער).
אין אַ קליינער שיסל, מישט צונויף דעם איילבערט־בוימל, גרינעם לימענע־זאַפֿט, קנאָבל, רויטן פֿעפֿער־פּראָשיק און זאַלץ. באַגיסט דאָס אַוואָקאַדאָ־געמיש מיטן סאָוס. לייגט דעם סאַלאַט אַרײַן, לעפֿלווײַז, אין די צוויי שאָלעכץ־העלפֿטן און דערלאַנגט צום טיש.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.