יעדן טאָג אין אַמעריקע פֿירט מען בערך 34 קינדער אין פּקוח־נפֿש־אָפּטייל פֿון שפּיטאָל, ווײַל זיי וואַרגן זיך מיטן עסן, גיט איבער אַ נײַע שטודיע.
„די ציפֿער קאָן זײַן נאָך העכער,‟ האָט דערקלערט ד״ר גאַרי סמיט, וועלכער האָט געאַרבעט אויף דער שטודיע אין „ניישאָנווײַד קינדער שפּיטאָל‟ אין קאָלומבוס, אָהײַאָ. „די שטודיע נעמט נישט אַרײַן יענע קינדער, וואָס מע האָט געבראַכט צו אַ פּריוואַטן דאָקטער אָדער וואָס האָבן אַליין אַרויסגעשפּיגן דאָס עסן, און האָבן דערפֿאַר בכלל נישט באַקומען קיין מעדיצינישע באַהאַנדלונג.‟
די פֿאָרשער פֿון דער שטודיע, וואָס איז אָפּגעדרוקט געוואָרן אינעם זשורנאַל Pediatrics, האָבן אַנטדעקט, אַז באָנבאָנען זענען די פֿאַרשפּרייטסטע סיבה פֿונעם וואַרגן זיך, אָבער די קינדער דערשטיקן זיך אויך מיט וווּרשטלעך, ניס און קערעלעך.
די צאָל פֿון בערך 12,000 קינדער 14 יאָר און ייִנגער, וועלכע באַקומען יעדעס יאָר אַ מעדיצינישע באַהאַנדלונג, נעמט נישט אַרײַן די בערך 57 קינדער, וועלכע שטאַרבן פֿון וואַרגן זיך, האָבן די פֿאָרשער צוגעגעבן.
סמיט און זײַנע קאָלעגן האָבן אַנטדעקט, אַז עופֿעלעך וואָס זענען 1 יאָר אָדער ייִנגער, באַטרעפֿן 38% פֿון אַלע פֿאַלן, וווּ מע ברענגט אַ קינד אינעם פּקוח־נפֿש אָפּטייל צוליבן וואַרגן זיך מיטן עסן; אַ סך פֿון זיי — בעת דעם טרינקען פֿאָרמל אָדער ברוסטמילך.
באָנבאָנעס האָבן גורם געווען מער ווי אַ פֿערטל פֿון די באַזוכן אין פּקוח־נפֿש אָפּטייל.
10% פֿון די קינדער האָט מען געדאַרפֿט לאָזן אין שפּיטאָל נאָכן וואַרגן זיך. די קינדער, וועלכע האָבן זיך געשטיקט מיט אַ וווּרשטל, קערעלעך אָדער ניס, האָבן אַ סך אָפֿטער געדאַרפֿט בלײַבן אין שפּיטאָל, איידער די, וועלכע האָבן זיך געשטיקט מיט אַנדערע עסנס.
„דער עפֿעקטיווסטער אופֿן צו פֿאַרהיטן אַזוינע אַקצידענטן איז אַ בעסערער אויפֿזיכט אויף די קינדער, בעת זיי עסן,‟ האָט באַמערקט ד״ר דזשיימס רײַלי, אַן אָנגזעעענער קינדער־דאָקטער אין ווילמינגטאָן, דעלאַווער, וועלכער האָט זיך נישט באַטייליקט אין דער שטודיע. „עלטערן און אַנדערע אויפֿפּאַסער פֿון קינדער דאַרפֿן זײַן זיכער, אַז דאָס עסן איז גענוג קליין פֿאַר אַ קינד. טרויבן, למשל, דאַרף מען צעשנײַדן אויף דער העלפֿט, אָבער ראָזשינקעס קאָנען זיי עסן גאַנצערהייט.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.