No Place Like Home

קופּאָנען ווידער אין דער מאָדע

Coupons Are Back in Style

פֿון יפֿה קלוגערמאַן (ייִט״אַ)

  • Print
  • Share Share

סאַוטפֿילד, מישיגען. — אַניטאַ באַטס וועכנטלעכער אײַנקויף־פּלאַן הייבט זיך אָן אַזוי: צו ערשט, קוקט זי איבער עטלעכע קופּאָן־בלאָגס אויף דער אינטערנעץ, וואָס מעלדן וועגן די גרעסטע מציאות אין די כּל־בו־געשעפֿטן CVS און „טאַרגעט‟.

דערנאָך דרוקט זי אָפּ די צענדליקער קופּאָנען, וואָס זי האָט בדעה אויסצוניצן, און שטעלט זיי אַרײַן אין איר קאַרטאָטעק, לויטן נאָמען פֿון געשעפֿט. געוויינטלעך, באַזוכט זי בערך זעקס פֿון די געשעפֿטן, און קומט אַהיים מיט גאַנצע בערג אײַנגעקויפֿטע זאַכן.

ווי אַ רעזולטאַט, פֿאַרנעמען אירע „מציאות‟ אַ גרויס אָרט אין קעלער. דאָרט זעט מען הויכע שטויסן אשר־יצר־פּאַפּיר און פּאַפּירענע האַנטעכלעך — ביז דער סטעליע. אויף בערך צוואָנציק פּאָליצעס שטייען 34 פֿלעשער באַרבעקיו־סאָוס; 18 קעסטלעך קאַווע־פּעקעלעך, 20 פֿלעשער שאַמפּו, 16 פֿלעשער סאַלאַט־סאָוס און אַ גאַנצע ריי רייניקונג־מיטלען.

„מסתּמא מיינט איר, אַז איך דאַרף נישט אַזוי פֿיל זאַכן,‟ זאָגט די 43־יאָריקע באַט, וועלכע אַרבעט פֿול־צײַטיק און היט אַ כּשרע שטוב. „אָבער איך קויף אַלץ, ווען ס׳איז דאָ אַן אויספֿאַרקויף, כּדי איך זאָל קיין מאָל נישט דאַרפֿן באַצאָלן דעם פֿולן פּרײַז פֿאַר גאָרנישט.‟

דער אינטערעס צו זאַמלען קופּאָנען איז, צום טייל, צוליב דער עקאָנאָמישער ירידה, און צום טייל — אַ דאַנק דער פּאָפּולערער טעלעוויזיע־פּראָגראַם Extreme Couponing. בײַ ייִדן, וואָס באַצאָלן אַ הויכן שׂכר־לימוד פֿאַר דער טאָגשול־דערציִונג פֿון זייערע קינדער, ווי אויך פֿאַר אַ ייִדישן זומער־לאַגער, קומען די קופּאָנען צו־ניץ.

„אַ סך ייִדן פֿלעגן האַלטן, אַז ׳ס׳פּאַסט נישט׳, אַז אַ משפּחה פֿונעם מיטעלן קלאַס זאָל זאַמלען קופּאָנען,‟ האָט באַמערקט לעסלי צוויק, די 36־יאָריקע בלאָגערין פֿון ShoppingWithLes.com. „איצט טראַכט מען שוין אַנדערש.‟

מאַראַ סטראָם זאָגט, אַז דער אינטערעס צו זאַמלען קופּאָנען האַלט אין איין וואַקסן אין דער ייִדישער קהילה. איר בלאָג, KosherOnABudget.com, ווערט באַזוכט מער ווי 125,000 מאָל יעדן חודש, זאָגט זי. זי גיט אויך לעקציעס דורך דער אינטערנעץ פֿאַר הונדערטער סטודענטן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן און ישׂראל.

„קיין קופּאָנען פֿאַר כּשר פֿלייש און קעז זענען טאַקע נישטאָ, אָבער דערפֿאַר קענען מיר אָפּשפּאָרן אַ מאַיאָנטיק דורך אַלע אַנדערע זאַכן, וואָס מיר קויפֿן,‟ זאָגט סטראָם, וועלכע וווינט אין קאַנזאַס־סיטי, מיזורי.

אַנדערע פּאָפּולערע וועבזײַטן בײַ די ייִדישע אײַנקויפֿער זענען TheKosherCouponLady.com און JDeal.com.

די איבערגעגעבענע קופּאָן־באַניצער זאָגן, אַז מע קאָן שפּאָרן אַ סך מער ווי בלויז קליינגעלט. איין פֿרוי, מרים, האָט איבערגעגעבן, אַז זי האָט איין מאָל באַוויזן צו קויפֿן אַ צאָל זאַכן, וואָס האָבן געזאָלט קאָסטן 255.88$ — אָבער באַצאָלט האָט זי בלויז 11 סענט.

ווען מע זאַמלט אָן אַ סך זאַכן אין הויז, איז אויך גרינגער צו טאָן אַ מיצווה פֿאַר אַנדערע. יעדעס מאָל ווען באַט הערט, אַז אַ פּאָרל האָט חתונה געהאַט, פֿאַרבעט זי זיי צו זיך אין קעלער, אויסצוקלײַבן וואָס זיי דאַרפֿן.

„איך לאָז זיי אָנשטאָפּן 4־5 אײַנקויף־זעק מיט מעדיקאַמענטן, ציין־בערשטלעך, זון־שמירעכץ און וואָס נאָר זיי דאַרפֿן, כּדי אָנצוהייבן אַ לעבן צוזאַמען,‟ האָט באַט געזאָגט. „בײַ מיר איז עס דאָס גרעסטע פֿאַרגעניגן.‟