ניו־יאָרק. — אין מיטן דער נאַכט איז מײַן 18־חדשימדיק ייִנגעלע אַרויס פֿון דער וויג און אַרײַנגעלאָפֿן צו אונדז אין שלאָפֿצימער, וווּ ער האָט זיך געלייגט לעבן מיר אינעם גרויסן בעט, איך זאָל אים זייגן. לעבן אונדז זענען שוין געשלאָפֿן אונדזערע אַנדערע דרײַ קינדער, וועלכע האָבן זיך געהאַט אויפֿגעוועקט צוליב שלעכטע חלומות.
מײַן מאַן, דן, איז דערווײַל אַנטלאָפֿן צו דער סאָפֿע אין גאַסטצימער, אַזוי ווי ער טוט יעדעס מאָל, ווען איך דערלויב די קינדער צו שלאָפֿן מיט אונדז. „אַ חוצפּה,‟ האָט ער געבורטשעט. „כ׳קען נישט גיין צו דער אַרבעט אָן שלאָף.‟
דנס טאַטע־מאַמע האָבן אים קיין מאָל נישט געלאָזט שלאָפֿן בײַ זיי אין בעט, אַחוץ איין נאַכט, בעת אַ פֿאַרפֿינצטערונג. ער האָט בכלל נישט פֿאַרשטאַנען די עמאָציאָנעלע וואַרעמקייט פֿון אַ משפּחה־בעט אָדער דעם אינסטינקט פֿון אַן איבערגעגעבענער מאַמען. דעם צווייטן אינדערפֿרי איז ער אַוועק צו דער אַרבעט, אַ נישט־אויסגעשלאָפֿענער, און ווידער — אָן אַ „זײַ־געזונט‟.
איך בין נישט אויפֿגעוואַקסן אין אַ פֿרומער היים, אָבער זינט איך בין פֿרום געוואָרן און חתונה געהאַט מיט דן צו 25 יאָר, האָב איך אַ נדר געטאָן צו ווערן אַ „פּערפֿעקטע‟ ייִדישע מאַמע, און טאָן אַלץ לטובֿת מײַנע קינדער. נאָך צען יאָר, און פֿיר קינדער, האָט דאָס לעבן מיר אויסגעזען ווי אַ פֿאַרמעסט, וואָס איך וועל קיין מאָל נישט געווינען. יעדן אינדערפֿרי יאָג איך די קינדער אין שול אַרײַן, כ׳ראַם אויף דאָס הויז און גרייט צו וועטשערע. בלײַבט מיר ווייניק צײַט זיך אָפּצושפּריצן, שוין אָפּגערעדט — געפֿינען אַ ביסל צײַט צו פֿאַרברענגען אַליין מיט מײַן מאַן.
מײַנע טאַטע־מאַמע האָבן זיך געגט, ווען איך בין געווען בלויז צוויי יאָר אַלט. ווען עס האָט זיך מיר געחלומט אַ קאָשמאַר, האָט די מאַמע מיך געלאָזט אַרײַנקריכן צו איר אין בעט. אָבער נאָך דעם ווי זי האָט מיט זעקס יאָר שפּעטער ווידער חתונה געהאַט, האָט זי מיך מער נישט אַרײַנגעלאָזט.
דערפֿאַר האָב איך איצט מורא געהאַט, אַז ווען איך פֿאַרטרײַב די קינדער פֿון מײַן בעט, וואָלט עס געווען פֿאַר זיי פּונקט אַזאַ קלאַפּ, ווי ס׳איז קינדווײַז געווען פֿאַר מיר. כ׳האָב נישט געוואָלט, אַז די שכנים זאָלן הערן ווי מײַנע קינדער וויינען שפּעט בײַ נאַכט. די אַנדערע מאַמעס אין מײַן פֿרומער ברוקלינער געגנט האָבן דאָך געהאַט אַ סך מער קינדער ווי איך, און זיי האָבן זיך נישט געראַנגלט מיט אַזוינע פּראָבלעמען.
דן האָט זיך אָבער אַקעגנגעשטעלט. „דאַרפֿסט נישט אויפֿהייבן דאָס עופֿעלע יעדעס מאָל וואָס ער צעוויינט זיך,‟ האָט דן געזאָגט איין שבת נאָכמיטאָג. „זאָל ער זיך אויסלערנען ווי זיך אַליין צו באַרויִקן.‟
„ווי אַזוי קאָן איך איגנאָרירן מײַן קינד, ווען ער לײַדט יסורים?‟ האָב איך געפֿרעגט.
כ׳בין געווען זיכער, אַז איך בין גערעכט. אָבער איין מאָל, אַרײַנקוקנדיק אין שפּיגל, האָב איך זיך קוים אַליין דערקענט: אַ פֿעטע, בלאָנדע ייִדענע געוואָרן. אונטער מײַנע אויגן האָבן זיך פֿאַרצויגן אַ פּאָר שוואַרצע פּאַסן. מיט אָ מאָל האָב איך דערזען, ווי מיד און טרויעריק איך זע אויס.
מײַן בעסטע חבֿרטע האָט מיר אויך אָנגעהויבן זאָגן, אַז איך דאַרף נישט אויפֿהייבן דאָס עופֿעלע בײַ יעדן פּיפּס, און זי האָט מיר געעצהט זיך באַראָטן מיט אַ פּסיכאָטעראַפּעפֿט.
דן און איך זענען אָנגעקומען אינעם ביוראָ פֿון טעראַפּעפֿט, גרייט זיך צו לערנען ווי צו דערציִען קינדער. זי איז אויך געווען אַ פֿרומע, און געטראָגן אַ ציכטיק, שוואַרץ קליידל מיט אַ גרינעם סוועטער.
ווען מיר האָבן איר געזאָגט, אַז מיר דערלויבן די קינדער צו שלאָפֿן לעבן אונדז אין בעט, האָט זי געפֿרעגט פֿאַר וואָס.
„די קינדער שרעקן זיך בײַ נאַכט, לאָז איך זיי אַרײַן. אַזוי טוען אַלע מאַמעס,‟ האָב איך געזאָגט, און דערפֿילט ווי מײַנע באַקן פֿאַררייטלען זיך.
„אָבער איך קען נישט שלאָפֿן, ווען זיי טוען דאָס,‟ האָט דן געטענהט.
„אײַער שלאָפֿצימער דאַרף בלײַבן פּריוואַט,‟ האָט זי באַטאָנט.
כ׳האָב נישט געגלייבט מײַנע אויערן: אַ פֿרומע פֿרוי עצהט מיר, אַז איך זאָל אײַנפֿירן אַ שטרענגע, קאַלטע דיסציפּלין.
„קינדער האָבן נישט קיין אָרט אין זייער עלטערנס שלאָפֿשטוב,‟ האָט זי צוגעגעבן. „איר האָט אפֿשר די שפּיל ׳סקראַבל׳?‟
„׳סקראַבל׳? פֿאַר וואָס?‟ האָב איך געפֿרעגט. איך האָב פֿײַנט ברעטשפּילן.
„פֿאַרברענגט אַן אָוונט בלויז פֿאַר אײַך ביידן, און שפּילט עס דעמאָלט,‟ האָט זי געזאָגט.
מיט אַ וואָך שפּעטער איז דער „סקראַבל‟ אָנגעקומען אין דער פּאָסט. אונדזערע קינדער האָבן אַראָפּגעריסן דאָס וויקל־פּאַפּיר און עס אָנגעהויבן אַוועקטראָגן צו זיך אין צימער. „ניין, דאָס איז פֿאַר מאַמי און טאַטי,‟ האָב איך געזאָגט.
„פֿאַר וואָס דאַרפֿט איר אַ ברעטשפּיל?‟ האָבן זיי געפֿרעגט, צעטומלט.
איין אָוונט זענען דן און איך געזעסן אין בעט מיטן „סקראַבל‟־ברעט, יעדער מיט זײַן אייגן זעקעלע אותיות, און אויסגעטראַכט אונדזערע אייגענע כּללים: מיר וועלן בלויז אויסשרײַבן ווערטער וואָס דריקן אויס ליבשאַפֿט און אונדזערע פֿאַנטאַזיעס. אין מיטן פֿון דער שפּיל האָבן מיר צוריק אַרײַנגעלייגט די אותיות אין די זעקעלעך, און זיך צוגעטוליעט אונטער דער קאָלדרע. אַ נײַער קאַפּיטל פֿאַר אונדז ביידן…
דעם צווייטן טאָג האָבן מיר גערופֿן אַ זיצונג. „פֿון איצט אָן, טאָרט איר נישט אַרײַנקומען צו אונדז אין שלאָפֿצימער, איידער איר קלאַפּט אין דער טיר,‟ האָט דן דערקלערט. די קינדער האָבן זיך נישט אַקעגנגעשטעלט, אָבער יענעם אויפֿדערנאַכט, ווען זיי האָבן געקלאַפּט אין אונדזער צוגעשלאָסענער טיר, און דערזען, אַז מיר עפֿענען זי נישט, האָבן זיי געגעבן אַזוינע שטאַרקע זעץ אין דער טיר, אַז זיי האָבן צעבראָכן דעם שלאָס.
מיר האָבן געטראָגן אונדזערע קוויטשענדיקע קינדער צוריק אין זייערע בעטלעך. די זעלבע זאַך איז געשען יעדע נאַכט, צוויי וואָכן לאַנג. מיט דער צײַט האָבן די קינדער אָבער אויפֿגעהערט קומען, און דן און איך האָבן זיך אויסגעלערנט ווי צו פֿאַרברענגען אַ גאַנצע נאַכט אין איינעם, אָן קיין „געסט‟. אַנשטאָט די וועש פֿון קינדער, זענען מיר איצט אַרומגערינגלט מיט פֿלעשער ווײַן און ליכטלעך מיט אַ וואַנילן גערוך.
מיט דער צײַט האָבן מיר אַפֿילו נישט געדאַרפֿט מער דעם „סקראַבל‟ צו זאָגן: „כ׳האָב דיך ליב.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.