No Place Like Home

טײַערע חזנטע

Dear Cantor

פֿון חנה סלעק

  • Print
  • Share Share

טײַערע חזנטע,

איך בין צוזאַמען מיט מײַן בחור שוין 10 חדשים. לעצטנס איז ער אַוועקגעפֿאָרן קיין אַפֿריקע אויף 6 וואָכן, צו אַרבעטן ווי אַ וואָלונטיר. מיר האָבן געוווּסט פֿון פֿריִער, אַז צוליב דעם, וועט ער פֿאַרפֿעלן מײַן געבוירן־טאָג, האָב איך געהאָפֿט, אַז ער וואָלט כאָטש עפּעס צוגעגרייט לכּבֿוד דעם טאָג איידער ער איז אַוועקגעפֿאָרן. ער קען דאָך גוט מײַן מיטוווינערין און מײַנע חבֿרים, האָט ער געקענט זיי געבן אַ קאַרטל אָדער מתּנה פֿאַר מיר, אָדער באַשטעלן עפּעס, עס זאָל אָנקומען יענע וואָך. צום סוף, איז גאָרנישט געשען אינעם טאָג פֿון מײַן געבוירן־טאָג. איך בין סײַ טרויעריק, סײַ פֿאַרזאָרגט, אַז דאָס איז אַ שלעכטער סימן, אַ וואָרענונג וועגן אונדזער צוקונפֿט צוזאַמען. וואָס טראַכט איר? צי מאַך איך אַ צו גרויסן צימעס פֿון דעם? צי האָט ער פּשוט פֿאַרגעסן?

געבוירן־טאָג־„בלוז‟

טײַערער געבוירן־טאָג־„בלוז‟,

איך וואָלט זייער געוואָלט אײַך קענען טרייסטן, און זאָגן, אַז איר דאַרפֿט זיך נישט זאָרגן, אָבער איך בין נישט זיכער, אַז אין דעם פֿאַל, איז דאָס ריכטיק.

ווען אַ באַציִונג צווישן אַ פּאָרל געדויערט שוין אַ יאָר לאַנג, קומט זי צו אַ פּונקט — אַדער זי ווערט שטאַרקער, אָדער זי הייבט אָן צעפֿאַלן זיך. אַזוי ווי אײַער חבֿר האָט אין גאַנצן פֿאַרגעסן וועגן אײַער געבוירן־טאָג, איז דאָס אפֿשר אַ סימן, אַז אײַער חבֿר קלערט נישט ערנסט וועגן אײַער בלײַבן צוזאַמען.

אָבער, אַרום דעם ענין האָט זיך געשאַפֿן אַ געלעגנהייט, איר און אײַער חבֿר זאָלן האָבן אַן ערלעכן שמועס, וועט איר דעמאָלט זען ווי ער רעאַגירט אויף דעם. צי הערט ער זיך צו צו אײַך און אײַער צד, אָדער ער וויל זיך בלויז פֿאַרטיידיקן. צי וועט ער אין זינען האָבן נאָך אַזאַ יום־טובֿ ווען עס קומט די דאַטע אויפֿן קאַלענדאַר? נאָך אַזאַ שמועס וועט איר קענען אַליין באַשליסן אייערע אייגענע געפֿילן וועגן דער חבֿרשאַפֿט.


טײַערע חזנטע,

מײַן אייניקל האָט אַ בחור, אַ תּם. ווען איר וואָלט געזען ווי ער טוט זיך אָן, וואָלט איר געחלשט. זײַנע „דזשינס‟ זענען אַזוי גרויס, אַז זיי פֿאַלן אַראָפּ פֿון — איך בעט איבער אײַער כּבֿוד; און ער דאַרף זיי כּסדר אַרויפֿשלעפּן. עס זעט אויס, אַז זײַן מאַמע האָט מיט אים נישט געלערנט, אַז מע דאַרף זיך שערן די האָר ווען זיי ווערן צו לאַנג. אַפּנים ווייסט ער אויך נישט ווי זיך צו גאָלן. ער האָט נישט פֿאַרענדיקט דעם קאָלעדזש און אַרבעט ווי אַ קעלנער אין אַ וועגעטאַרישן קאַפֿע. ווי קען איך געבן מײַן אייניקל אַ „שאָקל‟, זי זאָל זיך אויפֿוועקן פֿון איר „דרימל‟ און בעסער געפֿינען אַ וווילן יונגער־מאַן?

זיידע

טײַערער זיידע, עס טוט מיר לײַד, וואָס עס געפֿעלט אײַך נישט וועמען אײַער אייניקל האָט אויסגעקליבן ווי אַ בחור. זיכער וואָלט שווער געווען, זי זאָל זען די פּראָבלעם דורך אײַערע אויגן. דאָס בעסטע וואָלט געווען, ווען איר רעדט זיך דורך מיט איר, און איר זאָלט קודם זי בעטן צו דערציילן וועגן די מעלות פֿונעם יונגן־מאַן. זאָל זי אויך פֿאַרשטיין, פֿאַר וואָס דאָס גראַדויִרן פֿון קאָלעדזש איז אײַך אַזוי וויכטיק.

וואָס שייך זײַן אויסזען און אָנטועכץ — זי האַלט עס פֿאַר שיין, איז שוין בעסער מע זאָל גאָרנישט זאָגן וועגן דעם. אָבער זאָל זי וויסן פֿון אײַערע געפֿילן אויך. אפֿשר וועט זי נישט זײַן צופֿרידן מיט זיי, און זי וועט גאָרנישט קענען טאָן וועגן דעם איצט, אָבער זי וועט עס כאָטש באַטראַכטן.


טײַערע חזנטע,

וואָס איז ערגער — מע זאָל דעם אמת זאָגן דער חבֿרטע, אַז איר נײַע פֿריזור איז אַ געלעכטער און אַלט־מאָדיש, אָדער מע זאָל איר אַ ליגן זאָגן, אַז זי זעט אויס ווי אַ יפֿיפֿיה.

געפּלעפֿט

טײַערע געפּלעפֿט,

עס ווענדט זיך, ווי נאָענט איר זענט טאַקע. מע דאַרף געדענקען, אַז ס‘איז פֿאַראַן נאָך אַ ברירה — זיך מאַכן נישט־זעענדיק!