No Place Like Home

רותס כרעמזלעך

Ruth's Chrimslech

  • Print
  • Share Share

2 מצות

3 אייער

1 עפּל, צעמאָלן

2 לעפֿל צעמאָלענע מאַנדלען

צוקער, לויט אײַער געשמאַק

אַ לעק צימערינג

אַ לעק זאַלץ

מצה־מעל (אויב נייטיק)

איילבערט־בוימל אָדער פּוטער

מעלצוקער

די נאַכט פֿריִער, לייגט די מצות אַרײַן אין אַ שיסל וואַסער. אין דער פֿרי, קוועטשט אויס דאָס וואַסער פֿון די מצות. צעטיילט די געלעכלעך און די ווײַסלעך פֿון די אייער. צעקלאַפּט די געלעכלעך.

אין אַ צווייטער שיסל, מישט די ווײַסלעך מיט אַן עלעקטרישן מישער, ביז עס ווערט דערפֿון אַ שניי. שטעלט עס אין פֿרידזשידער.

מישט צונויף די געלעכלעך מיט די אויסגעווייקטע מצות, עפּל, מאַנדלען, צוקער, צימערינג און זאַלץ.

מישט פּאַמעלעך אַרײַן די ווײַסלעך. אויב דאָס געמיש איז צו גיסיק, גיט צו אַ ביסל מצה־מעל.

הייצט אָן דעם בוימל אָדער פּוטער אין אַ פּאַטעלניע. גיט דאָס געמיש אַרײַן, לעפֿלווײַז. ווען עס ברוינט זיך צו פֿון אונטן, דרייט עס איבער.

לייגט די געקאָכטע כרעמזלעך אויף פּאַפּירענע האַנטעכעך, כּדי אײַנצוזאַפּן דאָס פֿעטס. באַשפּרענקלט די כרעמזלעך מיט מעלצוקער און דערלאַנגט צום טיש.