לויט אַ רעגירונג־שטודיע, זענען שאַלאַטן און שפּינאַט־בלעטער די הויפּט־סיבה פֿון שפּײַז־פֿאַרסמונג — אַ פּראָבלעמאַטישער אויספֿיר פֿאַר די געזונט־באַאַמטע, וועלכע פּריידיקן, אַז די אַמעריקאַנער דאַרפֿן עסן אַלץ מער גרינסן.
„ס׳רובֿ פֿונעם עסן וואָס איר קויפֿט אין קראָם, זענען זיכער,‟ האָט דערקלערט ד״ר פּאַטרישאַ גריפֿין, איינע פֿון די מחברים פֿון דער שטודיע. „די רעזולטאַטן פֿון דער שטודיע דאַרפֿן נישט אָפּשרעקן מענטשן פֿון עסן גרינסן. געדענקט אָבער, אַז מ׳דאַרף גוט אויסשווענקען אָדער דורכצוקאָכן, איידער איר עסט זיי.‟
די רעזולטאַטן פֿון דער שטודיע זענען דינסטיק אַרויסגעלאָזט געוואָרן דורכן „צענטער פֿון קראַנקייט־קאָנטראָל‟ (CDC).
הגם מער מענטשן זענען קראַנק געוואָרן נאָכן עסן גרינסן, זענען מער מענטשן געשטאָרבן פֿון אַ קאָנטאַמינירט הינדל, גיט איבער די שטודיע
יעדעס יאָר ווערן בערך 48 מיליאָן מענטשן קראַנק פֿון אַ פֿאַרסמטער שפּײַז, און 3,000 פֿון זיי שטאַרבן, גיט איבער דער CDC.
די נײַע שטודיע דעקט די אינצידענטן פֿון שפּײַז־פֿאַרסמונג צווישן די יאָרן 1998 און 2008. בערך 20% פֿון די קראַנקייטן האָט מען פֿאַרבונדן מיט די גרינע שאַלאַטן און שפּינאַט־בלעטער — מער פֿון אַלע אַנדערע שפּײַזן.
דער באַריכט גיט אָנצוהערן, אַז די „שפּײַז־און־מעדיקאַמענטן אַגענטור‟ (FDA) וואָלט געדאַרפֿט צושטעלן מער פּערסאָנאַל דורכצוקוקן די פֿרוכטן און גרינסן. מיט עטלעכע וואָכן צוריק האָט די FDA פֿאָרגעלייגט נײַע סטאַנדאַרטן פֿון היגיענע פֿאַר די פֿאַרם־אַרבעטער, און נײַע מיטלען צו רעדוצירן דעם קאָנטאַקט מיט שמוציק וואַסער און מיטן אָפּפֿאַל פֿון חיות.
די CDC-באַאַמטע האָבן דערקלערט, אַז אַ סך פֿון די קראַנקייטן ווערן פֿאַרשפּרייט דורך די קעכערס און אַנדערע מענטשן, וואָס רירן אָן די גרינסן, נאָך איידער דער קונה קויפֿט זיי. „מיט אַנדערע ווערטער, די קאָנטאַמינאַציע האָט אַ מאָל אַ גרעסערן שײַכות צו דער קיך אָדער רעסטאָראַן, איידער מיט דער שפּײַז אַליין,‟ האָט גריפֿין באַטאָנט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.