זינט איך האָב געהאַט מײַן ייִנגעלע מיט צוויי חדשים צוריק, האָב איך נאָך אַלץ נישט אַרויסגעשטעלט קיין פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון אים אויף פֿייסבוק; און ס׳איז מעגלעך, אַז איך וועל עס קיין מאָל נישט טאָן.
דאָס איז נישט דאָס ערשטע מאָל, וואָס איך פֿאַרפּירסום נישט מײַנע פּערזענלעכע איבערלעבונגען אויף פֿייסבוק. כ׳האָב אויך נישט אַרויסגעשטעלט קיין בילדער פֿון מײַן חתונה, און זיכער נישט פֿון מײַן קידושין־רינגל. דער אונטערשייד איז, אַז דעמאָלט האָב איך זיך בכלל נישט געפֿילט שולדיק, וואָס איך האַלט די מאָמענטן פּריוואַט. דאָס מאָל פֿיל איך אָבער יאָ, אַז איך באַעוול מײַנע „פֿרײַנד‟, ווען זיי מאָנען בײַ מיר די בילדער פֿונעם עופֿעלע, און איך לאָז זיך נישט.
ס׳איז נישט קיין סוד, אַז איך האָב געהאַט אַ קינד. אין מײַן בלאָג האָב איך נישט איין מאָל געשריבן סײַ וועגן מײַן טראָגן, סײַ וועגן דעם געבורט — און מײַן בלאָג האָט אַ סך מער לייענער ווי מײַן פֿייסבוק־קאָנטע. ס׳איז נישט מײַן כּוונה, אַז קיינער זאָל נישט וויסן וועגן דעם, אַז איך האָב אַ קינד; נאָר מער, אַז איך וויל נישט, מע זאָל אים זען אויף פֿייסבוק.
איז עס אַן ענין פֿון פּריוואַטקייט? צום טייל, יאָ. אַלע דאַרפֿן מיר ציִען אַ גרענעץ צווישן אונדזער פּראָפֿעסיאָנעלן און פּריוואַטן לעבן — בפֿרט די פֿון אונדז, וואָס אַרבעטן בײַ שטעלעס, וווּ מיר אַנטפּלעקן רעגלמעסיק די פּרטים פֿון אונדזער פּערזענלעכן לעבן. אָבער מײַן באַגער נאָך פּריוואַטקייט איז בלויז איין תּירוץ.
די אמתע סיבה פֿאַר וואָס איך פֿיר נישט אַריבער די חנעוודיקע פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון מײַן מאָבילקע צו פֿייסבוק, איז מײַן געפֿיל, אַז באַלד ווי די בילדער וועלן דערגרייכן יעדנס עקראַן, וועט דאָס בילד פֿון מײַן עופֿעלע — די קרוין פֿון מײַן לעבן — אויסזען פּונקט אַזוי ווי די עופֿעלעך פֿון אַלע אַנדערע גליקלעכע עלטערן. ס׳וועט ווערן סתּם „נאָך אַ ׳פֿייסבוק׳־עופֿעלע‟, און אַרויסרופֿן די זעלבע קאָמענטאַרן, ווי די אַנדערע קינדער.
מיך אַרט בכלל נישט וואָס אַנדערע עלטערן שטעלן די פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון זייערע פּיצעלעך אַרויס אויף דער אינטערנעץ (הגם געוויסע פֿון זיי וואָלטן געמעגט עס טאָן אַ ביסל זעלטענער.) פֿאַרקערט, ווען איך זע אימאַזשן פֿון די יונגע קינדער אין דער וואַנע אָדער אין שפּילפּלאַץ, בין איך געוויינטלעך צווישן די ערשטע צו קאָמענטירן, מיט הנאָה: „אַזוי חנעוודיק!‟ אָדער „או־וואַ! אַזוי גרויס!‟
פֿון דער אַנדערער זײַט, וויל איך נישט, אַז אַ פֿאָטאָגראַפֿיע פֿון מײַן קינד זאָל אַרויסרופֿן אַזוינע קאָמענטאַרן. נישט ווײַל איך האַלט, אַז ער, אָדער מיר, זענען אַן אויסנאַם, אָדער אַז עס קומט אונדז מער ווי די געוויינטלעכע פֿייסבוק־קאָמענטאַרן. ניין, שוין גיכער וויל איך פּשוט נישט, אַז די אינטענסיווע, קאָמפּליצירטע, פּרעכטיקע איבערלעבונג פֿון זײַן אַ נײַע מאַמע זאָל ווערן בלויז איינע פֿון אָן אַ שיעור טעמעס, וואָס דרייען זיך כּסדר דורך דער סאָציאַלער מעדיאַ־נעץ. מיט אַנדערע ווערטער — איך קען זיך נישט פֿאָרשטעלן, אַז מײַן קינד, מײַן שיין ייִנגעלע, זאָל פֿאַרוואַנדלט ווערן אין סתּם נאָך אַן עופֿעלע אויף פֿייסבוק.
צו שטעלן אַ בילד פֿון זײַן פּנימל אויף אַ זײַט, וווּ יעדער וואָס וויל קאָן קוועטשן Like אָדער Comment איז אַ זאַך, וואָס איך וואָלט נישט געקאָנט לײַדן.
* אַליסה שטראַוס איז אַ שרײַבערין אינעם Sisterhood־בלאָג אינעם Forward
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.