אין תּל־אָבֿיבֿ האָט מען דערהערט דעם שאַרפֿן קלאַנג פֿון דער סירענע, און יעדער איז אַרײַנגעלאָפֿן אין זײַן באַהעלטעניש. פֿרוי גאָלדשטיין האָט אָנגעהויבן אַראָפּצוגיין די טרעפּ אין קעלער אָבער זעענדיק, אַז איר מאַן קומט נישט, האָט זי אַרויפֿגערופֿן: „נו, משה, דו קומסט?‟
„רגע, חנה!‟ האָט ער צוריקגערופֿן. „איך זוך די ציין.‟
„פֿאַרגעס וועגן די ציין!‟ שרײַט זי צוריק. „מיט וואָס מיינסטו וועט דער שׂונא אונדז שיסן — בייגל מיט לאַקס?‟
* * *
געפֿינענדיק זיך אין אַ שווערן פֿינאַנציעלן מצבֿ, האָבן די וואַסערמאַנס זיך באַמיט אויסצוגעבן אַזוי ווייניק געלט ווי מעגלעך. פֿרוי וואַסערמאַן איז געקומען צו אַ נײַעם געדאַנק: אַנשטאָט צו געבן איר קלייד אין פּוצערײַ, האָט זי עס געוואַשן מיט דער האַנט.
ווען איר מאַן איז אַהיימגעקומען פֿון דער אַרבעט האָט זי, אַ צופֿרידענע, אים דערציילט וועגן איר נײַעם פּלאַן צו שפּאָרן געלט.
„זעסט, דוד, דורך מײַן וואַשן דאָס קלייד זענען מיר רײַכער געוואָרן מיט דרײַ דאָלאַר.‟
„זייער גוט,‟ ענטפֿערט איר מאַן. „וואַש עס נאָך אַ מאָל.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.