ס׳איז נישט קיין סוד, אַז מאַן־און־ווײַב זאָגן נישט תּמיד דעם אמת איינער דעם צווייטן. לויט דער פּסיכאָלאָגין בעלאַ דע׳פּאַאָלאָ פֿונעם ווירדזשיניער אוניווערסיטעט, זענען די „האַלבע אמתן‟ בײַ מענער אַנדערש ווי בײַ פֿרויען. „ווען פֿרויען זאָגן נישט דעם אמת, איז עס אָפֿט כּדי נישט צו באַליידיקן דעם צווייטן, בעת בײַ די מענער — איז עס אַן אופֿן אויפֿצובלאָזן דעם אייגענעם איך (עגאָ) אָדער עפּעס צו באַהאַלטן,‟ האָט זי דערקלערט.
פֿאַרשטייט זיך, אויב אַ מענטש זאָגט ליגנס כּסדר, קאָן עס קאַליע מאַכן די באַציִונגען אינעם זיווג. ווען אַ פֿרוי באַמערקט, אַז איר מאַן זאָגט נישט דעם אמת, דאַרף זי וויסן ווען זיך צו מאַכן נישט־וויסנדיק, און ווען אים צו קאָנפֿראָנטירן וועגן דעם. די באַרימטע פּסיכאָלאָגין, ד״ר דזשויס בראָדערס, גיט איבער 7 טיפּישע „ליגנס‟, וואָס מענער זאָגן, און וואָס זייערע פֿרויען דאַרפֿן טאָן וועגן דעם:
1) „אין קאָלעדזש האָב איך באַקומען די העכסטע צייכנס פֿון אַלעמען.‟ דאָס איז אַ קלאַסישער בײַשפּיל פֿון אַ מאַן, וועלכער וויל מאַכן אַ גוטן אײַנדרוק אויף אַ פֿרוי. בײַ אַ סך מענער איז שווער אויסצוזאָגן, אַז זיי זענען נישט מצליח געווען, ווײַל זיי האַלטן, אַז זייער סוקצעס שפּיגלט אָפּ זייער מענערישקייט. אָבער שפּעטער, ווען עס אַנטוויקלט זיך דער צוטרוי צווישן אַ מאַן און זײַן חבֿרטע, און בפֿרט נאָך דער חתונה, הערן ס׳רובֿ מענער אויף צו זאָגן די ליגנס. אויב נישט, דאַרף די פֿרוי אַכטונג געבן, ווײַל ער קאָן מיט דער צײַט אָנהייבן זי באַשולדיקן פֿאַר זײַנע אייגענע פּראָבלעמען.
2) „דײַנע פֿרײַנד געפֿעלן מיר שטאַרק!‟ אַ מאַן וואָס זאָגט דאָס זײַן געליבטער, הגם ס׳איז נישט אמת, וויל, אַ פּנים, זי נישט פֿאַרלירן. פֿרויען דאַרפֿן זיך היטן. אויב ער זאָגט איר, למשל, אַז אירע טאַטע־מאַמע זענען אויסערגעוויינטלעכע מענטשן, זאָל זי זיך צוקוקן צי ער וויל טאַקע פֿאַרברענגען צײַט מיט זיי, ווײַל אַמאָל קאָן אַזאַ „ליבע־דערקלערונג‟ מיינען פּונקט דאָס פֿאַרקערטע.
3) „דו ווייסט טאַקע ווי זיך צו ליבן!‟ איין טעמע וואָס ביידע מינים זאָגן ליגנס וועגן דעם איז אין שײַכות מיט זייערע סעקסועלע באַציִונגען. אויב אַ מאַן האַלט אין איין לויבן אירע ליבע־פֿעיִקייטן, קאָן עס דווקא פּאַראַליזירן זייערע סעקסועלע באַציִונגען, ווײַל עס דערמעגלעכט זיי נישט צו רעדן וועגן זייערע אמתע געפֿילן. אויב אַ פֿרוי דערפֿילט, אַז איר מאַן זאָגט נישט דעם אמת אין בעט, דאַרף זי אים מוטיקן צו רעדן מער אָפֿן־האַרציק, פֿרעגן אים וואָס זײַנען זײַנע פּרעפֿערענצן. כּדי צו אַנטוויקלען אַן אמתע אינטימקייט צווישן מאַן־און־ווײַב, מוז מען אויף אַן איידעלן אופֿן זאָגן דעם אמת — בפֿרט אין בעט.
4) „ניין, איך קען דיר נישט קלינגען; כ׳ווייס נאָך נישט וווּ איך וועל זײַן.‟ דאָס זענען די טרויעריקסטע ליגנס ווײַל זיי באַווײַזן, אַז דער מאַן האָט זי נישט ליב אַזוי ווי אַמאָל. וואָס גיכער אַ פֿרוי געפֿינט אויס דעם אמת, אַלץ גיכער וועט זי קענען ראַטעווען זייער באַציִונג, אָדער אויב נייטיק — עס ענדיקן. ווי איין פֿרוי האָט מיר אַ מאָל געזאָגט: „בעסער צו ענדיקן די באַציִונג מיט איין האַק, איידער זיך פּאַמעלעך אַראָפּגליטשן פֿונעם באַרג פֿון אומזיכערקייט און פֿרוסטרירונג.‟
5) „דאָס קלייד איז נישט צו ענג; עס פּאַסט דיר זייער גוט!‟ דאָס זענען דווקא די „גוטע‟ ליגנס — די וועלכע ווײַזן, אַז ער וויל איר נישט וויי טאָן. אָבער אויב דאָס קלייד איז יאָ צו ענג, טוט ער איר נישט קיין טובֿות בײַם זאָגן איר דאָס פֿאַרקערטע. בעסער וואָלט געווען: „געוויינטלעך געפֿעלט מיר וואָס דו טראָגסט, אָבער דאָס מאָל זעט עס נישט אויס אַזוי גוט.‟
6) „מע האָט אָפּגעזאָגט געוויסע מענטשן בײַ דער אַרבעט, אָבער מײַן שטעלע איז זיכער.‟ אַ סך מענער זאָגן ליגנס זייערע פֿרויען, כּדי זיי זאָלן זיך נישט זאָרגן. דאָס קאָן אָבער צעשטערן אַ פֿרויס צוטרוי צו אים. און די האַלבע ליגנס קאָנען מאַכן אַ פֿרוי פֿילן, ווי זי איז נישט זײַנס גלײַכן אין דער באַציִונג. זי דאַרף אים לאָזן וויסן, אַז זי וויל הערן דעם אמת, אַפֿילו אויב ס׳איז נישט קיין גוטע נײַעס.
7) „אַוודאי וועל איך שנײַדן דאָס גראָז, באַלד ווי עס גייט אַוועק די ווייטיק אין מײַנע קריזשעס‟ אָדער „כ׳האָב געהאַט בדעה צו וואַשן דאָס געפֿעס, אָבער כ׳האָב נישט געפֿונען דעם שוואָם.‟ מענער וועלן אָפֿט מאָל אויסטראַכטן תּירוצים פֿאַר זאַכן וואָס זיי ווילן נישט טאָן, אָבער דאָס רופֿט אָפֿט אַרויס עגמת־נפֿש בײַ דער פֿרוי.
בדרך־כּלל, אויב אַ פֿרוי הערט כּסדר ווי דער מאַן זאָגט נישט דעם אמת, דאַרף זי פֿירן אַן ערנסטן שמועס מיט אים וועגן דעם, ווײַל אַן אמתע אינטימקייט צווישן זיי קאָן בלויז מעגלעך זײַן אויב ביידע זאָגן דעם אמת וועגן זייערע געפֿילן.
מענער, פֿון דער צווייטער זײַט, דאַרפֿן אַנטוויקלען דעם קוראַזש אָפּצושטעלן זייערע פּסיכאָלאָגישע פֿאַרטיידיקונג־מיטלען, וואָס זיי ניצן אויפֿצובלאָזן דעם איך, און פּרוּוון אַנטוויקלען אַן אמתדיקע אינטימקייט מיט זייער זיווג. זאָגן דעם אמת איז דער ערשטער טראָט צו ווײַזן, אַז ליבע איז שטאַרקער ווי ליגנס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.