15 יאַנואַר 2014. נאָטע לוריע (1906־1987) - פּראָזאַיִקער, באַקאַנט געוואָרן צוליב זײַנע ראָמאַנען און דערציילונגען וועגן דער ייִדישער ערד־אַרבעט אין די קאָלאָניעס פֿון אוקראַיִנע
15 יאַנואַר 2014.
יוסף רומשינסקי (1881—1856) — ייִדישער קאָמפּאָזיטאָר און טעאַטראַל. זײַנען לידער פֿון טעאַטער־פֿאָרשטעלונגען זײַנען געזונגען געוואָרן איבער דער גאַנצער ייִדישער וועלט. געדרוקט אין „פֿאָרווערטס‟ אַרטיקלען וועגן מוזיק און טעאַטער־פּערזענלעכקייטן.
משה־לייב האַלפּערן (1936-1886) — פּאָעט־ווירטואָז, מאָדערניסט איינער פֿון דער גרופּע „יונגע‟.
מענדעלע מוכר ספֿרים (שלום־יעקבֿ אַבראַמאָוויטש) — 1836־1917, ערשטער קלאַסיקער פֿון דער נײַער ייִדישער ליטעראַטור. געהאַט אַ רעצידירנדיקע השפּעה אויף דער ווײַטערדיקער אַנטוויקלונג פֿון דער ליטעראַרישער שאַפֿונג אויף ייִדיש.
זעליק אַקסעלראָד (1904—1941) — מינסקער פּאָעט. טראַגיש אומגעקומען אין די ערשטע מלחמה־טעג פֿון די סאָוועטישע זיכערהייט־אָרגאַנען.
צוויי וויכטיקע נעמען אין דער ייִדישער פּראָזע און דראַמע: דער מחבר פֿון דער היסטאָרישער עפּאָפּעע „גלגל החוזר‟, נתן זאַבאַרע (1908־1975) און דעם מחבר פֿון דער דראַמע „גנבֿים‟, פֿישל בימקאָ (1890־1965).
יוסף אָפּאַטאָשו (1886—1954) — ראָמאַניסט, מײַסטער פֿון עפּאָכאַלע היסטאָרישע לײַוונטן.
מאַני לייב (1883־1953) — פּאָעט, איינער פֿון די בולטסטע פֿיגורן אין דער ליטעראַרישער גרופּע „די יונגע‟, ניו־יאָרק.
לייב פּולווער (1883—1970) — ייִדישער קאָמפּאָזיטאָר, געשאַפֿן מוזיק צו 42 פֿאָרשטעלונגען פֿונעם מאָסקווער מלוכישן ייִדישן טעאַטער.
פּרץ מאַרקיש (1895־1952) — פּאָעט, דראַמאַטורג, פּראָזאַיִקער. געשמט ווי אַ בונטאַרישער זינגער פֿון פּאָעטישע עפּאָפּעעס.
שמואל האַלקין (1897—1960) — פּאָעט און דראַמאַטורג. מײַסטער פֿון פֿילאָסאָפֿישער פּאָעזיע און מחבר פֿון היסטאָרישע דראַמעס, געשפּילט אינעם מאָסקווער ייִדישן מלוכה־טעאַטער.
ה. לייוויק (לייוויק האַלפּערן, 1888־1962) — פּאָעט, דראַמאַטורג און געזעלשאַפֿטלעכער טוער; זײַן דראַמאַטישע פּאָעמע „דער גולם‟ האָט ווי געעפֿנט אים די וועלט פֿון טעאַטער, און דעם ייִדישן טעאַטער — אַ פּאָעטישע וויזיע פֿון דראַמאַטורגיע.
ישׂראל־יהושע זינגער (1893—1944) — שרײַבער, דראַמאַטורג. זײַנע בעסטע ראָמאַנען: „יאָשע קאַלב‟, „די ברידער אַשכּנזי‟, „חבֿר נחמן‟, „די משפּחה קאַרנאָווסקי‟ און „אין די בערג‟ — זײַנען געדרוקט געוואָרן אין „פֿאָרווערט‟.
מאַרק וואַרשאַווסקי (1848—1905) — ייִדישער טרובאַדור, מחבר פֿון דעם פּאָפּולערסטן ייִדישן שלאַגער „אויפֿן פּריפּעטשיק, אָדער אלף־בית‟, און אַנדערע לידער, וואָס ווערן געזונגען ביז הײַנט.
משה בראָדערזאָן (1890־1956) — דיכטער און דראַמאַטורג; גרינדער פֿונעם ערשטן אין דער געשיכטע פֿון ייִדישער טעאַטער־קונסט אַ ליאַלקע־טעאַטער, און דעם ייִדישן קלײנקונסט־טעאַטער „אַראַראַט‟.
עמנואל רינגעלבלום (1900־1944) — היסטאָריקער, כראָניקער פֿון וואַרשעווער געטאָ, אָרגאַניזאַטאָר פֿון אונטערערדישן געטאָ־אַרכיוו.
מאַקס עריק (1898־1937) — ליטעראַטור־ און שפּראַך־פֿאָרשער; צווישן די גרינדערס פֿון דער ייִדישער אַקאַדעמישער וויסנשאַפֿט אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד.
איזי כאַריק (1898־1937) — פּאָעט מיט אַ בירגערלעכן פּאַטאָס און אַ לירישער זינגער פֿון אַ נײַ ייִדיש לעבן.
עזרא פֿינינבערג (1899־1946) — פּאָעט, פּראָזאַיִקער. אין זײַנע לידער באַזינגט ער די העלדישקייט פֿון ייִדן בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה.
לייב קוויטקאָ (1890־1952) — פּאָעט און פּראָזאַיִקער. באַזונדערס באַרימט געוואָרן מיט זײַנע לידער פֿאַר ייִדישע קינדער, וואָס זײַנען איבערגעזעצט געוואָרן אויף צענדיקער שפּראַכן.
ש. אַנ־סקי (1863־1920) — באַקאַנטער פּאָליטישער און געזעלשאַפֿטלעכער טוער; דער מחבר פֿון דער דראַמע „דער דיבוק‟, און גרינדער פֿון דער ייִדישער אַקאַדעמישער פֿאָלקלאָר־וויסנשאַפֿט.
פּרץ הירשביין (1880־1948) — נאָוואַטאָרישער דראַמאַטורג און אַ פֿאַרברענטער רײַזנדער, וואָס האָט באַרײַכערט די ייִדישע ליטעראַטור מיט זײַנע פּיעסעס און לעבעדיקע באַשרײַבונגען פֿון פֿאַרשידענע לענדער און קאָנטנענטן, וווּ ער איז אויסגעווען.