מרדכי (מאַרק) אַנטאָקאָלסקי (1843־1902) — סקולפּטאָר. אין זײַן שאַפֿונג האָט ער אויסגעאַרבעט אַן אייגנאַרטיקן סטיל פֿון אויסדריקן דעם נשמה־צושטאַנד פֿון זײַנע העלדן. די באַקאַנטסטע סקולפּטורן: „דער פּילפּול אַרום תּלמוד‟, „אָנפֿאַל אויף די מאָראַנען‟, „אַ ייִד אַ שנײַדער‟, „סאָקראַט‟, „פֿיטער דער גרויסער‟.
דער ניסתּר (פּינחס קאַהאַנאָוויטש, 1884־1950) — איינער פֿון די זײַלן אין דער ייִדישער ליטעראַטור. מחבר פֿונעם באַקאַנטן ראָמאַן „משפּחה מאַשבער‟.
שמואל זאַראָמב (1896־1942) — שרײַבער און טוער אין פּועלי־ציניסטישער באַוועגונג פֿון פּוילן. מחבר פֿון לידער, נאָוועלן, עסייען, אַרטיקלען.
אליקום צונזער (1840־1913) — פּראָפֿעסיאָנעלער בדחן און פֿאָלקס־זינגער אין אייראָפּע און אַמעריקע.
שמואל־ניסן גאָדינער (1892־1942) — פּראָזע־שרײַבער, דראַמאַטורג. אין זײַן שאַפֿונג האָט ער אויף אַ מאָדערנעם אופֿן געשילדערט די ייִדישער סבֿיבֿה בעת דער ערשטער װעלט־מלחמה און בירגערקריג אין רוסלאַנד.
אָשר שוואַרצמאַן (1889־1919) — ראָמאַנטישער פּאָעט, רעוואָלוציאָנער. זײַן פּאָעזיע איז דורכגעגרונגען מיט לירישע מאָטיוון פֿון ליבע, נאַטור און קאַמף.
אורי לעסער — מאָלער פֿון אַן עקספּרעסיאָניסטישן שניט. אין זײַנע בילדער האָט ער אַ סך געשילדערט די בערלינער גאַסן און דאָס קאַפֿעען־לעבן אין די סוף 1920ער יאָרן.
דוד איגנאַטאָוו, אַמעריקאַנער פּראָזאַיִקער און מיטגליד פֿון „די יונגע‟, וועלכע האָבן געפּרוּווט באַפֿרײַען ייִדישע ליטעראַטור פֿון פּאָליטישע ענינים
די צײַטונג „קול־מבֿשׂר‟ איז געווען די ערשטע ייִדישע צײַטונג. זי איז דערשינען אין אָדעס, אין 1862. געגרינדעט און רעדאַקטירט האָט זי אַלכּסנדר צעדערבאַום.
זלמן רייזען — לעקסיקאָגראַף, רעדאַקטאָר און ליטעראַטור־פֿאַרשער; לייב נײַדוס — פּאָעט.
נח פּרילוצקי — איינער פֿון די וויכטיקע פּערזענלעכקייטן אינעם ייִדישן זשורנאַליזם צווישן ביידע וועלט־מלחמות; גרינדער פֿון דער טעגלעכער צײַטונג „דער מאָמענט‟; פֿאָרשער פֿונעם ייִדישן פֿאָלקלאָר און טעאַטער.
יעקבֿ דינעזאָן — שרײַבער פֿון סענטימענטאַלע ראָמאַנען אויף ייִדיש. פֿאַרשטייער פֿון דער השׂכּלה־באַוועגונג אין רוסלאַנד.
יוסף בודקאָ (18890־1940), מאָלער — אין זײַן שאַפֿן האָט ער זיך באַנוצט מיט גראַווירן, האָלץ־שניצערײַ און קריצערײַ. זײַן טעמאַטיק האָט אַרומגעכאַפֿט די צײַטן פֿון תּנך ביז די ווערק פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור — פּרץ, מענדעלע און שלום־עליכם.
יצחק־מאיר ווײַסענבערג — שרײַבער
דוד בערגעלסאָן — שרײַבער און דראַמאַטורג
געווידמעט דעם 12טן אויגוסט 1952
יוסף טונעקל (דער טונקעלער) : שרײַבער, הומאָריסט, הערמאַן יאַבלאָקאָוו: אַקטיאָר, רעזשיסאָר, קאָמפּאָזיטאָר, טעאַטער־טוער
מאָריס ווינטשעווסקי — פּראָלעטאַרישער פּאָעט
י. י. סיגאַל — פּאָעט
יהושע־מרדכי ליפֿשיץ — משׂכּיל און שריפֿטשטעלער
יאַנקל אַדלער — מאָלער