משה גערשענזאָן (1903־1943) — דראַמאַטורג און משלים־שרײַבער אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד;
ז. ליבין (ישׂראל־זלמן הורוויץ, 1872־1955) — שרײַבער, דראַמאַטורג אין אַמעריקע;
יואל ענגעל (1868־1927) — קאָמפּאָזיטאָר, זאַמלער פֿון ייִדישן פֿאָלקלאָר;
אַלכּסנדר גראַנאַך (1890־1945) — אַקטיאָר אויף דער דײַטשישער, רוסישער און ייִדישער בינע און קינאָ
יאָרטאָג פֿון אויפֿשטאַנד אין וואַרשעווער געטאָ
מאָטל גרוביאַן (1909—1972) — פּאָעט, איבערזעצער
משה־אַהרן ראַפֿאַלסקי (1889—1937) — רעזשיסאָר, גרינדער פֿונעם ייִדישן טעאַטער אין מינסק, ווײַסרוסלאַנד
חנה גוזיק (1909—1994) — אַקטריסע, זינגערין
אַבֿרהם רייזען, פּאָפּולערער פּאָעט און דערציילונג־שרײַבער, וואָס מע האָט אָפֿט צוגעטראַכט מעלאָדיעס צו זײַנע פּאָעמעס, ווײַל זיי „בעטן זיך, אַז מע זאָל זיי זינגען‟; נעמט אַרײַן אַן אויפֿטריט פֿונעם זינגער אַנטאָני (מרדכי־צבֿי) ראָסל, מיט רייזענס ליד, „דער גמרא־ניגון‟.
3-6 אַפּריל 2014
אליעזר שטיינבאַרג, דער גאָר פּאָפּולערער משלים־שרײַבער; דוד פּינסקי, סאָציאַליסטישער דראַמאַטורג, וועלכער איז געוואָרן אַ ציוניסט און זיך באַזעצט אין ישׂראל; דער הײַנטצײַטיקער פּאָעט און איבערזעצער, לעוו בערינסקי.
משה אָלגין, שרײַבער און גרינדער פֿון דער קאָמוניסטישער צײַטונג „מאָרגן־פֿרײַהייט‟; יחזקאל קאָלטיק, מחבר פֿון „מײַנע זכרונות‟, וואָס שילדערט דאָס ייִדישע לעבן אין רוסלאַנד אינעם 19טן יאָרהונדערט; בערל בראָדער, דער ערשטער ייִדישער פֿאָלקס־פּאָעט און טאַטע פֿון די „בראָדער־זינגער‟
ישׂראל אַקסענפֿעלד (1787־1866) — פּראָזאַיִקער און דראַמאַטורג פֿון פֿאַר־מענדעלעס קלאַסישער תּקופֿה
20 מערץ 2014
משה קולבאַק (1896—1937) — דיכטער, ראָמאַניסט, דראַמאַטורג, פּעדאַגאָג
שלמה מיכאָעלס (וואָווסי, 1890—1948) — אַקטיאָר, רעזשיסאָר, געזעלשאַפֿטלעכער טוער.
אַבֿרהם מאַרעווסקי (מנקר, 1886—1964) — אַקטיאָר און שריפֿטשטעלער.
10-15 מערץ.
לאַמעד שאַפּיראָ (1878־1948) — פּראָזאַיִקער,
אַלעקסיי גראַנאָווסקי (1890־1937) — רעזשיסאָר, גרינדער פֿונעם מאָסקווער ייִדישן קאַמער־־טעאַטער,
יחיאל שרײַבמאַן (1913־2005) — פּראָזאַיִקער, מײַסטער פֿון קינסטלערישער מיניִאַטורן,
לעאָן קאָברין (1872־1946) — דראַמאַטורג, נאָוועליסט.
רחל בוימוואָל (1914־2000) — פּאָעט, באַזונדערס באַקאַנט צוליב אירע לידער פֿאַר קינדער.
א. ליטווין (שמואל הורוויץ, 1862־1943) — זשורנאַליסט פֿון דער אַמעריקאַנער ייִדישער פּרעסע.
אסתּר־רחל קאַמינסקאַ (1868־1925) — גרויסע ייִדישע אַקטריסע.
שלום־עליכם (שלום ראַבינאָוויטש, 1859—1916) — איינער פֿון די גרונטלייגער פֿון קלאַסישער ליטעראַטור אויף ייִדיש.
24־27 פֿעברואַר
שמואל־יעקבֿ אימבער (1889־1942) — פּאָעט פֿון גאַליציע; יעקבֿ מעסטעל (1884־1958) — אַקטיאָר, שרײַבער און טעאַטער־טוער; יואל מאַסטבוים (1884־1957) — פּראָזאַיִקער; זוסמאַן סעגאַלאָוויטש (1884־1949) — איינער פֿון די פֿרוכטבאַרסטע און פּאָפּולערסטע שרײַבער אין פּוילן.
מאַוריצי (מאיר) גאָטליב (1856־1879) — מאָלער
אײַזיק באַמבערג — יצחק־אײַזיק סאַמבאָרעק (1889־1943) — באַקאַנטער שוישפּילער פֿון שלום אַשס דראַמעס אין פּוילן.
17־20 פֿעברואַר 2014. אָסיפּ דימאָוו (1878—1959) — דראַמאַטורג; געשריבן אויך דערציילונגען, פֿעליעטאָנען, הומאָרעסקעס. מאיר־שמואל באַלאַבאַן (1877—1942) — היסטאָריקער; געשריבן אין פּויליש, דײַטש, העברעיִש און ייִדיש.
יאָסל קאָטליאַר (1908־1962) — פּאָעט; אַ סך פֿון זײַנע לידער זײַנען געוואָרן זינג־לידער.
יהודה־לייב כּהן (1881־1937) — פֿילאָלאָג, זאַמלער פֿון ייִדישן פֿאָלקלאָר, באַזונדערס, פֿאָלקס־לידער.
שלמה גילבערג (1885—1942) — פּאָעט און דראַמאַטורג מיט אַ מיסטישער נטיה אין זײַנע שאַפֿונגען; זלמן שניאור (1886—1959) — העברעיִש־ייִדישער פּאָעט און פּראָזאַיִקער
6-8 פֿעברואַר 2014
אײַזיק זאַרעצקי (1891־1956) — פֿילאָלאָג און מחבר פֿון מעטאָדישע און לערן־ביכער פֿאַר ייִדישע שולן, ראַטן־פֿאַרבאַנד, משה סטאַווקסי (1883־1964) — ייִדיש־העברעיִשער שרײַבער, ישׂראל, כאַווער־פּאַווער (1900־1960) — קינדער־שרײַבער, דערציילער און דראַמאַטורג, אַמעריקע.
ישׂראל צינבערג (1873־1939) — ליטעראַטור־היסטאָריקער, מחבר פֿון „די געשיכטע פֿון ליטעראַטור בײַ ייִדן‟ (11 ביכער);
ישׂשׂכר ריבאַק (1897־1935) — אַוואַנגאַרד־מאָלער, אילוסטראַטאָר פֿון ייִדישע ביכער;
צמח שאַבאַד (1864־1935) — באַקאַנטער מעדיצין־דאָקטער, אָנגעזעענער געזעלשאַפֿטלעכער טוער אין ווילנע, רעדאַקטאָר פֿון מעדיצינישע אויסגאַבעס אויף ייִדיש.
26 יאַנואַר 2014.
מנחם באָריישאָ (1888־1949) — פּראָזאַיקער, פּאָעט, עסיייִסט; ייִדישער טוער.
21 יִאַנואַר 2014. משה גנעסין (1883—1957) — ייִדישער קאָמפּאָזיטאָר; געשאַפֿן די אָפּערעס „אַבֿרהמס יוגנט‟ און „די מכּבייער‟; איינער פֿון די גרינדערס פֿונעם באַרימטן מאָסקווער מוזיקאַלישן אינסטיטוט, וואָס טראָגט איצט זײַן נאָמען.