יעקבֿ דינעזאָן (1856־1919) — שרײַבער. שאַפֿער פֿונעם סענטימענטאַלן ייִדישן ראָמאַן.
יוסף בודקאָ (1888־1940) — מאָלער און גראַפֿיקער
איטשע־מאיר ווײַסענבערג (1881־1938) — פּראָזע־שרײַבער, אַרויסגעגעבן און רעדאַקטירט אַ גאַצע ריי צײַטשריפֿטן און ביכער פֿון יונגע שרײַבערס אין פּוילן.
דוד בערגעלסאָן (1884־1952) — פּראָזאַיִקער, דראַמאַטורג
הערמאַן יאַבלאָקאָף (1903־1981) — אַקטיאָר, דראַמאַטורג, קאָמפּאָזיטאָר, מחבר פֿונעם ליד „פּאַפּיראָסן‟.
מאָריס ווינטשעווסקי (1856־1932) — ייִדישער פּאָעט, העברעיִשער סאַטיריקער, מיט־גרינדער פֿונעם „פֿאָרווערטס‟.
יוסף טונקל (דער טונקעלער) (1881־1949) — הומאָריסט, זשורנאַליסט, מיטאַרבעטער אין „פֿאָרווערטס‟.
יהושע מרדכי ליפֿשיץ (1829־1878) — משׂכּיל, שטיצער פֿון ייִדיש, לעקסיקאָגראַף.
י. י. סיגאַל (1896־1954) — קאַנאַדער פּאָעט, ליטעראַרישער קריטיקער
יאַנקל אַדלער (1895־1949) — מאָלער, מיטגליד פֿון „יונג־ייִדיש‟
אַלכּסנדר ליזען (ליזענבערג, 1911־2000) — פּראָזאַיִקער
אַבֿרהם סוצקעווער (1913־2010) — פּאָעט, רעדאַקטאָר פֿון „די גאָלדענע קייט‟
שלמה באַסטאָמסקי (1891־1941) — קינדער־שרײַבער, פֿאָלקלאָר־זאַמלער;
אַבֿרהם גאָלדפֿאַדען (1840־1908) — „פֿאָטער פֿון ייִדישן טעאַטער‟.
באָריס טאָמאַשעווסקי (1866־1939) — אַקטיאָר, רעזשיסאָר, טעאַטער־טוער.
מנחם־מענדל בייליס (1874־1934) — דער הויפּט־העלד פֿונעם היסטאָרישן אַנטיסעמיטישן „בייליס־פּראָצעס” אין צאַרישן רוסלאַנד
בנימין זוסקין (1899־1952) — אַקטיאָר
דוד האָפֿשטיין (1889־1952) — פּאָעט
בער באָראָכאָוו (1881־1917) — פֿילאָלאָג
בנימין־יעקבֿ ביאַלאָסטאָצקי (1893־1962) — דיכטער, עסיייִסט
מאַנע קאַץ (1894־1962) — מאָלער
מאָריס שוואַרץ (1887־1960) — אַקטיאָר, רעזשיסאָר, טעאַטער־דירעקטאָר
אַלטער קאַציזנע (1885־1941) — פּראָזאַיִקער, דראַמאַטורג
שיקע דריז (1908־1971) — פּאָעט