פֿון פֿישקע דע גאַל
הערט אַ מעשׂה — משה האָט פֿאַרלוירן דעם פֿידל! אָט אַזוי הייבט זיך אָן די געשיכטע:
Read More
פֿון פֿישקע דע גאַל
מאָטל און חנה בערנשטיינס קינדער האָבן געהייסן דוד, רחל און מיליסענט. מיליסענט איז געווען אַ ביסל אַנדערש. ערשטנס, האָט זי גאָר ניט געהייסן „מיליסענט‟. איר אמתער נאָמען איז געווען „שפּרינצע‟. אָבער שפּרינצע האָט זיך געלערנט אין אַנדאָװער און זי האָט געמיינט, אַז דער נאָמען „שפּרינצע‟ קלינגט צו ייִדישלעך. האָט זי אָנגעהויבן זיך צו רופֿן „מיליסענט‟. דערנאָך האָט זי זיך געלערנט אין האַרװאַרד, און נאָר די פּאָר סטודענטן, װאָס האָבן זיך מיט איר געלערנט אין אַנדאָװער, און איצט אין האַרוואַרד, האָבן געוווּסט, אַז מיליסענט האָט אַ מאָל געהייסן שפּרינצע.
Read More