Through Riki‘s Eyes

לאָזט די פֿייגל זינגען!

Let The Birds Sing!


פֿון ריקי רויז

Yehuda Blum


א פייגעלע א קליינס זיצט אינעם נעסט, אירע פליגלען צוגעבונדן מיט שטריק. זי קען זיך נישט אויפהייבן און פליען פריי. איר הארץ לעכצט און גארט אויסצושפרייטן אירע פליגלען און פליען אן קיינע דאגות. זי וויל פילן דעם בלאז פונעם ווינט דורך אירע פעדערן. זי וויל פליען ארום די גאנצע וועלט. זען נייע און אינטערעסאנטע זאכן. אבער זי איז צוגעבונדן צום נעסט און קען זיך נישט ארויסרייסן. 

די ווייטאג אין איר הארץ איז אומדערטרעגליך. זי וויל כאטש א שאקל טאן אירע פליגלען ארויסצוגעבן אביסל פון די געפילן וואס דריקט און מאכט איר שווער דאס הארץ. אבער די קייטן האלטן איר צוריק פון אלעס. 

„איך וועל שוין אייביג פארבלייבן דא אינעם נעסט,” טראכט זי.

אזוי האב איך טאקע געפילט אלס קינד אויפוואקסנדיג אין א שטרענגע און פרימיטיווע אטמאספערע. אינדערהיים האב איך נישט געקענט זינגען ווייל מיין טאטע האט נישט געקענט דערליידן אז א פרוי זינגט. אדער ווייל די שכן האט געקלאפט אין טיר זאגנדיג: „נו, קול אישה, מיין מאן זיצט און לערנט!” און אין שולע האט מען נאר געקענט זינגען ספעציפישע ניגונים וואס מען האט דערלויבט.

דער געראנגל גייט נאך אן ביזן היינטיגן טאג ווען מיין שכנה שיקט מיר טעקסטלעך איך זאל נישט זינגען ווייל די בחורים זענען אינדערהיים. וואס דארף א אידענע טאן צו קענען זינגען א לידל פרייערהייט אויף דער וועלט?! 

איך האב אמאל געפרעגן מיין פאטער, לאנג לעבן זאל ער, פארוואס האט דער אויבערשטער געגעבן א פרוי א שיין קול אדער די געשאנק פון נגינה? זענט איר גרייט פאר זיין תירוץ? „זיך צו שטארקן און דאס נישט ניצן”! המממממם, איך גלייב נישט אז דער אויבערשטער האט געגעבן צוויי אויגן דעם מענטש כדי ער זאל זיך שטארקן און ארומגיין מיט צוגעמאכטע אויגן. אבער גיי זיי דאס מסביר צו איינעם מיט פארשטאפטע אויערן. ליידער זענען זיי באשאפן געווארן מיט אויערן וואס הערן נישט, קען מען זיי דאך נישט באשולדיגן דערפאר. 

וויפל קייטן און שטריק מען האט שױן ארויפגעלייגט און מען וועט װײטער ארויפלייגן אויף מיינע פליגלען וועט מען מיר אבער קיינמאל נישט קענען פארשװײגן. איך וועל ווייטער זינגען און איך וועל זינגען אינעם אויבערשטנס נאמען פאר אלע אומשולדיגע פייגל וואס זענען פארשפארט און צוגעבונדן צום נעסט. און מיטן מױל קען מען נישט נאר זינגען, נאר רעדן אױך. און מיר דארפן נוצן דאס געווער אינאיינעם זיך אקעגנצושטעלן אלע אומגערעכטיגקייטן קעגן אונז פרויען. זאל מען הערן אונזער קול. צוזאמען וועלן מיר, אידענעס, גיין באגריסן משיח צדקינו. יא, מיר פרויען פארנט פון די מענער — מיט שטאלץ. בב״א! 


אַל תּסתּכּל בקנקן

Don't Judge a Book By Its Cover

פֿון ריקי רויז

אַ חסידישע קאַסירערין דריקט אויס איר אומצופֿרידנקייט וועגן אַ קונה מיט אַ נישט־צניעותדיק קליידל.

Starring, written, directed, & edited by https://www.youtube.com/c/flatbushgirl


יעדע נאַכט — אַן אַנדער חנוכּה־מסיבה

Every Night – Another Hanukkah Party

פֿון ריקי רויז

Yehuda Blum

א פראסטיגע קעלט הערשט אינדרויסן. די ערד מיט די נאקעטע ביימער זענען באדעקט מיט שניי. „מלאך וועטער‟… אזוי רופט דאס מיין מאמע זאל לעבן. 

אינעווייניג אין שטוב גרייט מען זיך צום יום טוב חנוכה. די מנורה מיט די פוץ געצייג זענען שוין ארויסגענומען פון שאנק. די לאטקעלעך טאנצן אין טאפ אין די הייסע אויל שפריצט איבערן קיך. מען זוכט אױס די דריידלעך מיט די קוויטלעך און מען גרייט צו דעם בינטל דאלארן אויסצוטיילן פאר חנוכה געלט. עס איז די צייט פון יאר וואס משפחות פארברענגען צוזאמען, זינגען ביי די חנוכה ליכט, און פראווען די אזוי גערופענע חנוכה פארטיס. 

Read more


אַ חוצפּהדיקע שאלה פֿאַר דער שדכנטע

Challenging the Matchmaker

פֿון ריקי רויז

Yehuda Blum

„מזל טוב, מזל טוב! לעפקאוויטש האט א שידוך געטאן מיט יאקאבאוויטש!!!‟ 

„פששש, אזא שיינע שידוך! ממש פערפעקט!‟ 

„א טשטאשקע פון א בחור, ממש א תלמיד חכם! און אזא געלונגענע מיידל, א לערערין, זייער א זיסע, קײן עין־הרע!‟ 

„און די צוויי מחותנתטעס זענען פונעם זעלבן קלאס אין סקול און איצט טרעפט מען זיך אין פריידן!‟     אזעלכע נייעס הערט מען כסדר ביים חסידישן עולם. משה מיט יענקל האבן א שידוך געטאן, ברוך און זרח האבן א שידוך געטאן… און עס ציט זיך א גאלדענע קייט. 

Read more


„נויעהככך‟ מיט זיבן גרייזן!

Writing "Noah" With 7 Errors

פֿון ריקי רויז

Yehuda Blum

עס איז פרשת נח אויף דער וועלט! אין דער סדרה האט דער אויבערשטער באפוילן נח׳ן צו בויען א תיבה כדי זיך צו ראטעווען פונעם שרעקליכן מבול וואס האט געדארפט אומברענגען דעם גאנצן דור און ריינוואשן די וועלט. עס שטייט: נח איש צדיק תמים היה בדורותיו. נח איז געווען א צדיק אין זיינע דורות. מפורשים טייטשן דאס אויס אז לויט די שוואכקייט און פילע זינד פונעם דור איז נח געווען א צדיק נעבן זיי. און דער אויבערשטער, א בעל רחמים, האט נישט געוואלט אפווישן אינגאנצן די וועלט, האט ער געזוכט ביי וועם ער קען טרעפן עפעס גוטס און ער האט עס געטראפן אין נח. און ער האט דאן באפוילן פאר נח צו בויען א תיבה און זיך אריינציען מיט זיין הויזגעזינד, חיות און בהמות. און אזוי איז ער געראטעוועט געווארן פונעם מבול. 

רעדנדיג אזוי פון נח האב איך זיך דערמאנט אין דער באקאנטער פראזע „נח מיט זיבן גרייזן.” פאר די וואס ווייסן נישט, ניצט מען דאָס דאזיגע ווערטל ווען איינער מאכט א סך טעותים און גרייזן אויף א גרינגע קלייניגקייט. ווי צום ביישפיל דאס ווארט נח איז גאר א פשוטע ווארט וואס באשטייט פון אינגאנצן צוויי אותיות. און אז איינער קען באווייזן צו מאכן זיבן טעותים אין אזא ווארט, לאמיר נאר זאגן — צו קלוג איז ער נישט. איז מיר פלוצלונג איינגעפאלן א מוראדיגע זאך. די פראזע קען גאר האבן א טיפערן באדייט. נישט נאר איז דאס געגליכן צו נח צוליב די קורצקייט פון זיין נאמען, נאר מען קען דאס אויך פארגלייכן צו זיין כאראקטער. נח איז אליין געווען פיל מיט „גרייזן‟, דאָס הייסט — חסרונות און אומפערפעקציעס. א מענטש מיט פעלערן פונקט ווי אונז אלע. א מענטש צווישן אלע מענטשן וואס האבן אמאל געמאכט „גרייזן‟ אין זיין לעבן. און טראץ דעם אלעם האט אים דער רבו״שע אויסדערוויילט צו בלייבן אויף דער טריקעניש און אויפשטעלן נייע דורות. 

מען קען פון דעם ארויסלערנען א געוואלדיגע זאך: זוכן די גוטס אין יעדן איינעם. אין א וועלט פון אזויפיל שנאה און אכזריות דארפן מיר אויפזוכן די גוטע מענטשן. די פארפייניגטע צובראכענע מענטשן. די צוקלאפטע מענטשן „מיט זיבן גרייזן‟ אדער מער. און זיי אויפהייבן העכער פונעם מבול פון צרות מיט א שמייכל און א גוט ווארט. מיר האבן אלע אונזערע פעלערן און מיר ווילן נישט קיינער זאל אונז אנקוקן דורך אונזערע „גרייזן‟. און אפילו אונטער דעם אכזר און דעם שונא איז דא א גרייזיגע צובראכענע מענטש וואס זיינע טעותים האבן אים פארהארטעוועט. דארף מען זוכן ווי מען קען זיי ווייך מאכן מיט ליבשאפט און פארשטאנד. אינאיינעם וועלן מיר זיך ארויסראטעווען פון אונזער מבול, דעם גלות, און אויפבויען אונזער תיבה, דער בי״המק במהרה בימינו אמן! 


אַ ביסל רחמנות אויפֿן כּפּרה־הינדל!

Let's Have Some Compassion for the Kappora Chicken!

פֿון ריקי רויז

ערב יום כיפור איז א מנהג צו „שלאגן כפרות‟. דאס הייסט, א מאן נעמט א האן, און א פרוי נעמט א הינדל, און מ׳דרייט דאס ארום א פאר מאל איבערן קאפ און אזוי גיט מען איבער די עבירות פארן האן/הינדל און דערנאך טראגט מען עס צום שוחט און דאס איז א כפרה פאר די עבירות.

איך קען א ביסל פארשטיין דעם קאנצעפט אז מען נעמט א קרבן פאר די עבירות אבער די וועג וויאזוי מען באהאנדלט דעם קרבן, דער רבו״שע זאל אונז באהיטן! דער האן גיט דאך אוועק זיין לעבן פאר דיינע זינד. א ביסל רחמנות און מיטגעפיל מעג מען נאך האבן צו דעם באשעפעניש. און אפילו דאס רעספעקטירן. א קוש געבן אנשטאט א שטויס! (א סך חסידים פירן זיך ביים סוף צו געבן דעם האן/הינדל א שטויס און זאגן „דיר צום טויט און מיר צום לעבן‟). און בכלל דאס רופן שלאגן כפרות קלינגט זייער בייז. מיר דארפן דאס אנהייבן רופן מקיים זיין כפרות!

עס איז דא נאך א מנהג פון פטור ווערן פון עבירות און דאס איז תשליך! ביי א סך יידן פירט זיך אז מע גייט צו תשליך אום ראש השנה אבער נישט אלע באווייזן עס. קען מען אויכעט גיין עשרת ימי תשובה. מען גייט צום וואסער און מען ווארפט אריין ברעקלעך און מען טרייסלט אפ דאס קלייד און אזוי ווארפט מען אוועק אלע עבירות און וואסער אריין.

פארשטייט זיך אז מען דארף נאך אלץ תשובה טון א חוץ די אלע מנהגים ווייל אז מען טוט אן עבירה קען מען נישט באשולדיגן דאס הינדל אדער די ברעקלעך אין וואסער. עס גייט נישט אזוי, אבער מיר ווייזן כאטש פאר׳ן אויבערשטן אז מיר ווילן זיך אפטרייסלען פון אלע אונזערע שלעכטע מעשים און זיין בעסערע מענטשן. זאלן מיר אלע זוכה זיין צו א זיסן לעכטיגן יאר מיט אלעם גוטן, אמן!


אומאַן איז אַ ברכה פֿאַר אונדזערע מענער

Uman Can Be A Blessing For Our Husbands

פֿון ריקי רויז

Getty Images

עס איז א געהעריגער טאג אינעם לופט־פעלד אבער נישט פונקט ווי געווענטליך. עס זענען דא א סך מער חסידים און אלע סארטן אידן: אלערליי לבוש און אלע קאלירן יארמולקעס. אין דער זייט זיצט א אידל מיט זיין פידל און זינגט א ברסלב’ער זמר, אינעם אנדערן עק זיצט א אינגערמאן פאר׳דביקות׳ט אין א ליקוטי מוהר”ן ספר׳ל.

אויף לינקס איז דא א מנין מנחה און אויף רעכטס — א גרופע בחורים וואס צעטיילן זיך מיט ציגארן וואס מען האט זיך איינגעהאנדלט פאר א גוטן פרייז אין „דוטי פרי‟ מארק. אונטער די פיס לויפן קליינע אינגעלעך און שפילן „גלחים, לויפטס!‟. וועט איר פרעגן וואס איז דא געשען? וועל איך אייך זאגן: ס׳איז אומן ראש השנה.

ר׳ נחמן מברסלב זצ״ל האט געזאגט: „ראש השנה שלי עולה על הכל. ראש השנה ביי מיר איז גרעסער פון אלעס.‟ ווי דער רבי זאגט ווייטער: „יא געגעסן, נישט געגעסן, יא געדאוונט, נישט געדאוונט, אבער יעדער דארף זיין ביי מיר ראש השנה.‟  

די ברסלב’ער חסידים פירן זיך שוין אזוי יארן לאנג — עולה רגל זיין קיין אומן צום רבינס ציון כדי צו פועלן ביי אים א גוט געבענטשט יאר. ווי ס׳שטייט אין די ספרים, זענען די צדיקים ווי אדוואקאטן. און ווער וויל דען נישט האבן א גוטן אדוואקאט צו פועלן א זיס יאר. 

(לויט וואס איך האב געהערט פון מיין חשובן מאן וואס איז א ברסלב׳ער) זיצן טויזענטער אידן און בעטן און וויינען. זיי רייסן איין וועלטן און פועל׳ן אויס ישועות מיט רפואות פאר זייערע ליבסטע. אנדערע זיצן מיט א תהילים און חזרן דאָס איבער און איבער. אידן זינגען צוזאמען. מען טאנצט אין שפרינגט. און די שענסטע זאך איז — אז מען זעהט אלע מיני אידן זענען באחדות, נישט קיין חילוק וויאזוי זיי זעען אויס אדער וואס פארא לבוש זיי טראגן. עס איז ממש א בליק וויאזוי ביאת המשיח וועט אויסקוקן און ווי מען וועט זיך דארט פארטראגן. 

א מאל הערט מען פון געוויסע מענער וואס זיצן אינדערהיים: „ס׳איז נישט נארמאל איבערצולאזן די ווייב א וואך און זיך אוועקפארן!‟ נאר דער זעלבער ייד וועט אפשר אליין פארן דריי וואכן קיין לאס ווייגאס אדער אנדערע פלעצער — כלומפר’שט פאר „ביזנעס‟ — און ער טוט דארט כל מיני עבירות — און דאס איז ביי אים הונדערט פראצענט אקעי. אבער קיין אומן אויף א פאר טאג — חלילה וחס! נעבעך זיין ווייב…

אבער אין דער אמת׳ן קען מען אים דאך פארשטיין. מן הסתם גייט ער פשוט אויס פאר קנאה און ער וואלט געלאפן אויף אלע פיר, ווען ער קען. עס קען גאר זיין אז זיין בני בית לאזט אים נישט פארן. ווייל ווי קען א ייד נישט זיין אינדערהיים אויף יום טוב? איי, יארן צוריק ווייסן מיר זענען חסידים כסדר געפארן צום רבי׳ן אויף יום טוב? די היינטיגע פרויען זענען שוין קליגער און געטרויען נישט די מענער. און דאס קען מען אוודאי אויך פארשטיין.  

אבער פאר די וואס האבן יא די זכי׳ צו פארן, איז דאס א מורא׳דיגע איבערלעבעניש! און איך קען אייך פארזיכערן אז איך האב געזען א גרויסן חילוק אין דער הצלחה פון מיין גוטן מאן אין די יארן וואס ער איז געפֿארן קיין אומאן. ר׳ נחמן׳ס כח און השפעה איז נישט אוועקצומאכן. און נישט קיין וואונדער, אז מע זעט ווי ר׳ נחמן קען צוזאמברענגען אזויפיל סארטן אידן באחדות…

זאלן מיר טאקע אלע דערלעבן, אין זכות פונעם רבי׳ן, צו האבן א כתיבה וחתומה טובה און א גוט געבענטשט יאר. 


אַן אײַנרעדעניש ערגער פֿון אַ קרענק?

Even Worse Than Medical Illness: A Broken Spirit

פֿון ריקי רויז

אנגסט (anxiety) איז ווי א תפיסה אן אן ארויסגאנג.

א פאניק וואס נאגט אין מח.

א שטימע וואס הילכט אפ ווי א דונער מיט א ווידערקול.

א שטריק וואס דערשטיקט דעם האלדז — צוביסלעך.

א באמבע וואס באכעט אין הארץ.

א דיבוק וואס מען פארכט איום ונורא.

א פערזענליכע אפאקאליפסיע.

Yehuda Blum

מען שפירט ווי מען גייט אויס צוביסלעך. עס נעמט איבער דעם מח און לאזט נישט קיין ארט פאר רעאליטעט. די הארץ קלאפענישן ווערן שטארקער, די אויגן — פארבלענדט, דער אטעם — שווערער, און דער האלדז — טרוקענער. מען פראבירט זיך בארואיגן מיט א טיפן אטעם אבער דאן הייבט מען אן טראכטן אז עפעס שטעקט אין האלדז און די מחשבות הויבן אויך אן לויפן. מען ווייסט שוין אליין נישט וואס איז עכט און וואס נישט און דאס מאכט דעם מענטש הילפלאז.  

אנגסט לאזט נישט דעם מענטש לעבן רואיג. עס לאזט נישט דעם מענטש גיין אין ערגעץ. מען קען זיצן ביים ברעג ים און די וועטער איז הערליך, ס’בלאזט א ווארימע ווינטל און די זון גלעט דעם פנים מיט ליבשאפט, אבער אויב טוען די געדאנקען לויפן העלפט נישט גארנישט.

אוי וויי, אפשר וועל איך ווערן פארברענט פון די זון… אפשר איז דער מענטש וואס זיצט נישט ווייט פון מיר א מערדער און פלאנט שוין מיין טויט… אפשר גייט א שארק פיש ארויסטאנצן פון וואסער און מיך אויפעסן… אפשר גייט פלוצלונג פון ערגעץ ווי ארויסוואקסן א טעראריסט און אנהייבן שיסן… און אזוי רוישט דער מח אזוי ווי די כוואליעס פונעם וואסער וואס קראכן אריין אינעם זאמד ביים ברעג.  

א מענטש וואס ליידט נישט דערפון וועט קיינמאל נישט פארשטיין ווי שווער דאס איז צו באקעמפן. יעדן טאג איז דאס אן עקסטער געראנגל פאר זיך. א קריג מיט די מחשבות. מען פראבירט אוועקשטיפן געדאנקען וואס הייבן אן אריינקריכן ווי קליינע ווערימלעך. מען פראבירט כאפן א טיפן אטעם. אבער נאך דעם וואס עס הויבט זיך אן און עס נעמט איבער, איז שוין זייער שווער ארויסצוגיין דערפון. עס קומט אפט פון צופיל אריינטראכטן און אפילו מען זאגט זיך: טראכט נישט דערפון, העלפט עס נישט אלעמאל. 

מען זאגט: אן איינרעדעניש איז ערגער ווי א קרענק. מען כאפט אפילו נישט ווי טיף איז דער טייטש פון די ווערטער, און וואס פארא גרויסן מוסר השכל מען קען דערפון ארויסנעמען. ווען א מענטש ליידט, ליידער, אויף א פיזישע קרענק, באקומט ער נאר חיזוק און גוטע ווערטער מיט וואונטשן. אבער אויב ליידט איינער ל״ע פון א גייסטישע קרענק דאן זאגן מען וועגן אים: „עעע, ער איז א משוגענער…‟; „עעע, ער האט צוטאן מיט די נערוון…‟ „אאא, מאכטס זיך נישט נאריש; עס איז נאר אן איינרעדעניש‟. עס איז פונקט אזוי וויכטיג זיך צו האלטן גייסטיש געזונט ווי פיזיש. און אויב איז עס אמת וואס מען זאגט אז אן איינרעדעניש איז ערגער פון א קרענק דארף מען אוודאי און אוודאי מחזק זיין די וואס ליידן דערפון אדער סיי וועלכע גייסטישער פראבלעם ווייל ס׳איז דאך טאקע ערגער פון א קרענק.  

אזויפיל מענטשן ליידן אויף גייסטישע קרענק און קיינער ווייסט נישט דערפון. מען שטעלט אן א פנים פונדרויסן כאילו אלעס איז וואול און גוט, אבער פון אינווייניג עסט דער מענטש זיך אויף, פילט זיך צובראכן און קיינעם פאלט אפילו נישט איין וואס גייט פאר. און א סך מענטשן, ליידער, באקומען נישט די ריכטיגע הילף און באהאנדלונג [treatment] ווייל זיי שעמען זיך דערמיט.

אבער פארקערט — דאס איז בכלל נישט קיין בושה! איך פארשטיי נאכנישט פארוואס דאס איז מער א בושה ווי א פיזישער קרענק. מיר דארפן מער רעדן דערפון כדי אז די וואס ליידן דערפון זאלן זיך נישט פילן אזוי אומבאקוועם דערמיט. זאל דער אויבערשטער העלפן מיר זאלן אויסגעלייזט ווערן פון אונזערע אייגענע תפיסות און צוקומען צו אמת׳ע מנוחת הנפש. אמן.


איידער איך האָב נאָך געוווּסט וועגן דעם אינטערנעט

Before I Knew About the Internet

פֿון ריקי רויז

Yehuda Blum

אויפוואקסנדיג אין א חסידישער פרומער שטוב, איז נישט געווען קיין סך פארוויילונגען און אקטיוויטעטן ווי, למשל, טעלעוויזיע, אינטערנעט, טעאטער, קאנצערטן, צירקן… אד״ג. אונז זע’מיר געווען צופרידן מיט דער סעריע „דערציילונגען פון צדיקים‟ און קאסעטן פון ר׳ לייבל וויינשטאק!

איך בין נישט זיכער אויב דאס איז א מעלה אדער א חסרון! 

פון איין וועגס פיל איך ווי איך האב פארפאסט אזוי סך, אבער פון דער אנדערער זייט וואלט איך קיינמאל נישט אויפגעגעבן די שעהען וואס איך בין געזעסן צוגענאגלט צום טעיפ רעקארדער און אויסגעהערט זעמל פון „די לעצטע געדאנק‟ — א שפיל פון שושן פורים וואס איז רעקארדירט געווארן אויף קאסעט און פארקויפט געווארן אין אלע געשעפטן. זעמל איז דער נאמען פון איינעם פון די כאראקטערן. איך פלעג זיך צוהערן און נאכדעם עס נאכגעזאגט ווארט ביי ווארט, און יעדע מאל עקסטער זיך צעקאטשעט פאר געלעכטער ווען זעמל רעדט פון זיין באבע צירל: „מיין באבע צירל איז א מורא׳דיגע צדיקת! זי גייט ארויס יעדן אינדערפרי מקדש זיין די לבנה…‟. אדער ווען ער גרויסט זיך מיט זיין זון: „אקיי, בייטאג לערנט ער נישט, אבער ביינאכט לערנט ער ימים ולילה…‟. די דאזיגע מאמענטן וואלט איך ווען קיינמאל נישט געהאט אויב וואלט איך זיך צוגעהערט צו „מיקי מויז‟ אדער „גרויסער פויגל‟ (ביג בערד). 

ווען איך האב ערשט געהערט פונעם ווארט אינטערנעט איז דאס מיטגעקומען מיט ווערטער ווי טריפה, גע׳אסר׳ט, טמא, רחמנא לצלן…

די קהילה מאכט דעם אינטערנעט אויסזען אזוי שרעקעוודיג אבער אינטערעסאנט! מען האלט ריזיגע אסיפות אויף דעם און מען נעמט נישט אן קינדער אין חדרים און שולעס צוליב דעם. מען איז כסדר פארנומען צו טראכטן מיט וואס נאך מען קען אויפקומען צו באקעמפן דעם אינטערנעט. מאכנדיג אזא גרויסן רעש דערפון, כאפן זיי נישט אז אין די זעלבע צייט טוען זיי דאס פראמאטירן און מאכן דעם עולם זאל דאס דווקא שטארק וועלן.

זייענדיג א קינד אין די צענערלינג יארן האט מיר דאס מוראדיג געצויגן. דעם נייגער און דאס לעכצן פאר עפעס אינטערעסאנט האט מיר געשעפשעט און אויער. איך האב זיך זייער געוואונדערט. וואס איז דאס די אינטערנעט? וואס זעט מען דארטן? עס האט מיר גענאגט און געלעכערט אין קאפ אזש איך האב זיך שוין מער נישט געקענט איינהאלטן. איך בין ארויס אויף א מיסיע צו געוואר ווערן וואס איז שוין אזוי אינטערעסאנט אויף דעם אינטערנעט וואס מיר טארן נישט זען? גאר אנטוישט בין איך געווען די ערשטע מאל איך האב זיך געזעצט צום טריפהנעם אינטערנעט! עס איז נישט געקומען צו פליען קיין לבנות מיט שטערנס אזויווי איך האב געמיינט וועט געשען. א בלאנקע ווייסע פאפיר איז געווען פאר מיינע תמימות׳דיגע אויגן. 

היינט קען איך מיך נישט באגיין אן דעם אינטערנעט. ווי אזוי וואלט איך געהאט צייט צו ערליידיגן און איינקויפן אלעס וואס איך טו דורכן אינטערנעט? און ווי אזוי וואלט איך זיך באגאנגען אן ר׳ גוגל? ווען איך ווייס נישט עפעס און איך פרעג גוגל׳ען האט ער שטענדיק גלײך אַן ענטפער פאר מיר. עס מאכט פשוט דאס לעבן גרינגער.

מיר איז איצט זייער קלאר אז ווער עס זוכט זיך צרות, אדער ווער עס זוכט צו זינדיגן, קען דאס טרעפן אן דעם אינטערנעט!  


תּשעה־באָבֿ אין אַ חסידישן זומער־קעמפּ פֿאַר מיידלעך

Tisha B'Av at Hasidic Girls Summer Camp

פֿון ריקי רויז

Wikimedia Commons
„דער חורבן בית־המיקדש אין ירושלים‟, פֿראַנצעסקאָ האַיעז

ווער עס איז געווען אין רוב חסידישע מיידל קעמפס ווייסט וואס יום עיון איז. צוויי טעג פאר תשעה באב נעמט מען צוזאם אלע מיידלעך פון קעמפ און אנשטאט אקטיוויטעטן, הערט מען אויס דרשות א גאנצן טאג! האט איר שוין אמאל פראבירט זיצן אויף א הארטן באנק פאר צוועלעף שעה א טאג און אויסהערן איינעם דרשנ׳ען? לאמיך אייך זאגן, עס איז גאר אומבאטעמט. איך וואלט געזאגט עס איז ממש „פיינפול‟. מען ברענגט פארשידנארטיגע באוואוסטע רעדנערינס פון די חסידישע קרייזן און זיי רעדן פונעם חורבן, וויפל מיר האבן געזינדיגט און דערפאר איז געקומען אויף אונז דער גלות און וואס מיר קענען פארריכטן צו ווערן אויסגעלייזט פונעם גלות. 

עס הויבט זיך אן אוודאי מיט די „איי מעיק-אפ‟ (אויגן־קאָסמעטיק). די אידישע מיידלעך האבן זיך געפארבט די אויגן און דאס האט מוראדיג דערצערנט דעם אויבערשטן. דערנאך קומט מען מיט נאך ראיות, אז די צרות זענען צוליב דעם וואס מיידלעך האבן זיך באשפריצט מיט פארפומען און געווירצן. און יעדעס יאר עקסטער פארגעסט מען נישט צו דרשנען וועגן די קלאפעדיגע שיך וואס די מיידלעך טראגן. ווען זיי האבן שפאצירט אין גאס האט די קלאפעריי געמאכט א הויכע גערודער און דאס איז גאר אומצניעותדיג.

Read more


נישט נאָר קאָכן קען מען אין קיך

Kitchens Are Not Just For Cooking

פֿון ריקי רויז

א פאר וואכן צוריק האב איך ארויפגעשטעלט א קליינע ווידיא וויאזוי איך זינג א חזנות שטיקל אויף מיין אינסטאגראם און דער עולם איז דאס זייער געפעלן און פארלאנגט צו הערן מער. אין דער אמת׳ן בין איך נישט אזוי אריינגעטאן אין די סארט מוזיק, נאר מיין עלטערע שוועסטער פלעגט זיך אלץ צוהערן צו חזנות און איך האב אביסל אויפגעכאפט. סוף כל סוף האב איך ליב אלע מינים מוזיק און קונסט (ארט).

For more Riki Rose Music, go to
Facebook: Riki’s Music and Musings
Twitter: @Riki_Rose
Instagram: @rikirosemusic
Snapchat: @riki_rose


אויך מיר אַ וואַקאַציע

Vacationing Chassidish Style

פֿון ריקי רויז

Yehuda Blum

אין א ראד פון בענקלעך און ניוגאד׳ס, ליגשטולן, אויפן גראז אין די קאנטרי, זיצט א גרופע אויסגעמוטשעטע אידענעס, פרויען און יענטעס און רעדן פון די קוראנטע געשעענישן און נייעס וואס איז נאכנישט אנגעקומען צו „קול מבשר‟ אדער וואס די מענטשן פון די מעשה ווייסן נאך אליינס נישט דערפון…

וועלכע לעפקאוויטש האט, למשל, א שידוך געטאן מיט וועלכע יאקאבאוויטש, אדער אויב זיי גייען א שידוך טאן… צי פרידמאן האט זיך צעשיידט, צי ווערצבערגער האט זיך געגט… דבורה יוכבד האט געקויפט א bugaboo וועגעלע אויף באָרג, און חנה צירל האט געקויפט א זעקס טויזענט־דאלערדיגע אנצוג (אוודאי און שווארץ)… ביילא שיינדלס טאכטער האט זיך „נעבעך‟ אויסגעטאן דאס שפיצל און אנגעטון א שייטל! (יעצט איז זי העפּי?!) ברכה משכט׳ס זון „נעבעך‟ קוקט אויס ממש ווי א שייגעץ מיט דעם קליינעם גויישן קאפל (אזוי דערציילט מיר א גוי, אז ער איז געווען אין תפילה און אלע גויים האבן געטראגן דעם קאפל!)

און פונקט ווען צפורה קריינדל מיינט שוין אז ענדליך ענדליך קען זי פארברענגען און לאכן אן א שטער, צעקלינגט זיך איר קליינע פינקע [ראזע] קינדער־מאניטער און עס הילכט אפ א יאמערליך געוויין פון די אנדערע זייט. מיט גרויס פאניק און יאגעניש הייבט זי זיך אויף פון איר באקוועמע זיץ און לויפט אריין אין באנגעלוי צו בארואיגן דאס קינד.

Read more


צניעות לפנים משורת הדין

How To Dress Very, Very, Very Modestly

פֿון ריקי רויז

Yoely Weiss

חשוב׳ע אידישע פרויען און מיידלעך! וויבאלד עס דערנענטערן זיך די זומער טעג, און די וועטער ווערט שוין אביסל ווארימער, ווילן מיר אייך דערמאנען צו זיין עקסטער פארזיכטיג אין משמרת הצניעות, און מאכן זיכער נישט חלילה צו ציען קיין אויפמערקזאמקייט פון מענער!

קודם כל די לענג פון די קליידער דארף בלייבן די זעלבע ווי א גאנץ יאר. פיר אינטשעס נאך די קניען, פארשטייט זיך. און אויך די קאליר זאל זיין א טונקעלערע קאליר. ווייס, געל, אדער סיי וועלכע ליכטיגע קאלירן איז מער אויפאלנד, שרײַעדיק, און איז קעגן די הלכות פון צניעות! עס איז דא אזאנע סארט שעסלעך, האַלבקליידלעך, וואס איז פון א לייכטערע סחורה, עס רופט זיך סלינקי. זייט וויסן אז דאס איז גאר אומאיידל ווייל דאס קלעפט צום גוף און אנטדעקט די פארעם פון א פרוי. און א אידיש מיידל ברויך זיין באשיידן און באהאלטן. עס איז דא צו קויפן קליידער פון א לייכטערע קאטאן סחורה. די זעלבע מיט טי־שורטס.

Read more


אַ קלונג צו דער מוטער

A Phone Call to My Mother

פֿון ריקי רויז

„העלא?‟

„יא, ווער איז דעיס?‟

„רבקה׳לע.‟

„אהההה, רבקה׳לע…‟ מען קען הערן די צומישטע געפילן פונעם אנדערן זייט טרייבל. דאס לעכצן און ליבשאפט. פון איין זייט איז זי באגייסטערט און איבעראשט מיט פרייד צו הערן פון איר טאכטער. פון די אנדערע זייט קען מען הערן די ווייטאג און בענקעניש. די אנטוישטקייט, אבער אויך די האפענונג אז איר טאכטער וועט זיך נאך צוריקקערן צו אירע וועגן.

ווען א טאכטער רופט געווענטליך אן איר מוטער איז עס א פשוט׳ע און אן אפטע רוף. אמאל פאר א רעצעפט, אמאל פאר א גוטע עצה און אסך מאל סתם אזוי א שמועס צו טאן. אבער פאר מיר איז דאס נישט אזא גרינגע פעולה. יעדעס מאל איך האלט דעם טרייבל און קוועטש אריין די נומערן, ציטערן מיינע הענט. די געפילן רוישן, און די ענקזייעטי רוקט זיך אן! שולד געפילן, ווייטאג, בענקעניש, אויפרעגעניש, באליידיקונג און דעפרעסיע הייבט אן מיר צו מוטשען און נאגן. איך שעפשע א תפילה אז מען זאל נישט ענטפערן, כדי איך זאל דאס קענען אפשטופן אויף שפעטער. און אז ענטפערט מען שוין יא נעם איך זיך צאם די קוראזש און איך קלאר מיין שטימע אז מען זאל נישט קענען הערן וואס עס גייט יעצט פאר פון די אנדערע זייט.

אז ס׳גייט דער שמועס: „נו, וואס מאכט מען עפעס פאר יום טוב?‟, איז עס א גוטע טאג. אבער ווען עס הייבט זיך אן מיט „נו, וואס וועט זיין?‟ אדער „ווען זעהט מען שוין נחת?‟ געבט דאס א ציפ אין הארץ. ווען גייט שוין דער לעכטיגער טאג קומען ווען איעדער וועט איינזען אז איך בין מיך און דאס גייט זיך נישט טוישן? ווען גייט מען מיך שוין אננעמען פאר דעם וואס איך בין?

איך פארשטיי אז צו בעטן דאס פון די גאנצע וועלט איז וויאזוי מ׳זאגט בלע״ז: „טו מאטש טו עסק‟. אבער כאטשיג מיינע עלטערן. און טראץ דעם אלעם שפיר איך זיך נאך אזוי שולדיג פאר׳ן וויי טאן מיין ליבע פאטער און מוטער. עס שטערט מיר זייער אז איך שאף זיי אזויפיל עגמת נפש, און הלוואי ווען איך קען דאס טוישן. אבער איך קען נישט טוישן ווער איך בין. דער רבו״שע האט מיר אזוי באשאפן. איך בין נישט אויסגעשטעלט פאר אזא סארט לעבן ווי מיין משפחה, אבער דאס מיינט נישט אז די ליבשאפט איז קלענער.

עס רייסט מיר מיין הארץ א יעדעס מאל מיין טייערע מאמע זאגט: „ווען וועל איך דיך שוין זעהן?‟ אבער אין אמת׳ן וויל זי מיך נישט זעהן וויאזוי איך זעה אויס א יעדן טאג. זי וויל מיך זעהן פארשטעלטערהייט מיט די שמונה בגדים. זי וויל אזוי שטארק האבן א בונד מיט איר טאכטער, אבער די טאכטער וואס זי וויל האבן א שייכות מיט עקזיסטירט נישט. זי איז א פארשטעלאכץ און א פארעם פון וואס מען האט איר געצוואונגען צו זיין. די רבקה׳לע וואס זי האט געקענט איז קיינמאל נישט געווען עכט. די רבקה׳לע וואס שפרייט אויס אירע פליגלען און טוט פליען היינט — וויל זי נישט קענען.

טייערע אידישע עלטערן, איך בעט אייך: נעמטס אן אייערע קינדער וויאזוי זיי זענען. און אז זעהט איר אייער קינד הייבט אן גיין אויף אן אנדערן דרך, העלפט זיי ארויס און געבט זיי חיזוק זיי זאלן קענען טרעפן זייער פלאץ אויף דער וועלט. מען קען נישט צווינגען אלע קינדער צו זיין די זעלבע. דער אויבערשטער האט יעדן באשאפן אויף זיין אייגנארטיגע אופן און פארעם, און יעדער האט א רעכט צו לעבן אמתדיג מיט זיך און נישט א פארשטעלטן לעבן. אפשר אזוי וועט זיין והשיב לב אבות על הבנים ולב בנים על אבותם. און דעמאלטס וועלן מיר זוכה זיין צו הנה אנכי שלח לכם את אליהו הנביא!


שקר החן, נאָר קוקט ווי שיין!

Beauty in the Eyes of the Viewer

ריקי מאַכט זיך איבער האַרט פֿאַר אײַערע אויגן.


צווישן אונדז גערעדט

Just Between Us

פֿון ריקי רויז

מורי ורבותי, מיט לויב און דאַנק צו השי״ת, וויל איך אייך באקאנט מאכן מיט גאר א חשובע פערזאן — דאס בין איך, ריקי רויז! א פשוטע אידענע פון דריי און צוואנציג יאר מיט גרויסע חלומות.

איך פראביר צו טאן אלעס. אחוץ פון זיצן צען שעה א טאג אין אן אפיס טו איך שרייבן, זינגען, מעיקאפ, קאכן, באקן (אין אמת׳ן אריין די איינציגסטע סיבה פארוואס איך גלייך צו באקן איז כדי כ׳זאל קענען עסן פון די היימישע געבעקס), מאכן בילדער, שטיין פאר׳ן בילדער־מאכער און לאזן יענעם כאפן בילדער פון מיר (מאדעלינג בלע״ז). מיין באליבסטע אקטיוויטעט איז צו מאכן וויצן און ברענגען א שמייכל צו מענטשנס פנים׳ער.

איז פרעגט איר וואס איך טוה? ווי זאגט מען נאר? אביסל פון אלעם!

זייענדיג פון א גאר חסידישע אטמאספערע, פיל איך ווי די פרויען זענען דיסקרימינירט און האבן נישט א מיינונג. עס איז העכסט צייט פאר א טויש און איך האף צו האבן א גוטע השפעה אויף די אלע אידענעס וואס האבן עפעס צו זאגן און האלטן זיך צוריק. צוזאַמען וועט אונזער קול אָפהילכן אין א מוראדיגן אמן!


Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.