Through Riki‘s Eyes

תּשעה־באָבֿ אין אַ חסידישן זומער־קעמפּ פֿאַר מיידלעך

Tisha B'Av at Hasidic Girls Summer Camp

פֿון ריקי רויז

  • Print
  • Share Share
Wikimedia Commons
„דער חורבן בית־המיקדש אין ירושלים‟, פֿראַנצעסקאָ האַיעז

ווער עס איז געווען אין רוב חסידישע מיידל קעמפס ווייסט וואס יום עיון איז. צוויי טעג פאר תשעה באב נעמט מען צוזאם אלע מיידלעך פון קעמפ און אנשטאט אקטיוויטעטן, הערט מען אויס דרשות א גאנצן טאג! האט איר שוין אמאל פראבירט זיצן אויף א הארטן באנק פאר צוועלעף שעה א טאג און אויסהערן איינעם דרשנ׳ען? לאמיך אייך זאגן, עס איז גאר אומבאטעמט. איך וואלט געזאגט עס איז ממש „פיינפול‟. מען ברענגט פארשידנארטיגע באוואוסטע רעדנערינס פון די חסידישע קרייזן און זיי רעדן פונעם חורבן, וויפל מיר האבן געזינדיגט און דערפאר איז געקומען אויף אונז דער גלות און וואס מיר קענען פארריכטן צו ווערן אויסגעלייזט פונעם גלות. 

עס הויבט זיך אן אוודאי מיט די „איי מעיק-אפ‟ (אויגן־קאָסמעטיק). די אידישע מיידלעך האבן זיך געפארבט די אויגן און דאס האט מוראדיג דערצערנט דעם אויבערשטן. דערנאך קומט מען מיט נאך ראיות, אז די צרות זענען צוליב דעם וואס מיידלעך האבן זיך באשפריצט מיט פארפומען און געווירצן. און יעדעס יאר עקסטער פארגעסט מען נישט צו דרשנען וועגן די קלאפעדיגע שיך וואס די מיידלעך טראגן. ווען זיי האבן שפאצירט אין גאס האט די קלאפעריי געמאכט א הויכע גערודער און דאס איז גאר אומצניעותדיג.

און אזוי גייט עס — וויאזוי אלע פרויען זענען שולדיג אויפן חורבן (כשר פאר עדות זענען מיר נישט, אבער פאר׳ן נעמען אחריות אויף דעם גלות — און דאס מיינט אלע צרות וואס אידן ליידן — פאר דעם זענען מיר יא גוט. אהא, איצט פארשטיי איך…) און נאכדעם ביים ענדע האט מען אביסל גערעדט פון שנאת חינום און אז מיר זענען נישט געווען באחדות.

מיט גרויס אנגסט האב איך געווארט אז דער טאג זאל זיך שוין ענדיגן. די הארטע באנק האט געקוועטשט דעם תחת און איך האב געשפירט ווי איך שפרינג ארויס פון דער הויט. איך האב זיך פראבירט קראנק מאכן צו באקומען א צעטל פונעם קראנקן-שוועסטער נישט צו דארפן מיטהאלטן. אבער זיי זענען געווען קליגער און עס איז מיר נישט געלונגען. האב איך געדארפט זיצן אויפן הארטן באנק ווי א שיינע טאטעלע און אויסהערן די דענערווירנדיגע דרשות און מוסר רייד.

יעצט אז איך טראכט זיך אריין אין דעם איז דאס געווען ממש א שטראף פאר מיר. איך מיין אז איך בין שוין אפגעקומען מיינע זינד פון זיצן אזוי לאנגווייליג און גלאצן אויפן דאך. דאס איז שוין געווען פאר מיר א פערזענליכע פייניגונג, נאך ערגער ווי פאסטן. און אויב איז דאס געווען די הנהלה׳ס מאטיוו, דאן איז עס געלונגען ווייל איך האב זיכער געשפירט דעם חורבן זיצנדיג מיט איין איינגעקוועטשטן רוקן און שטייפע מוסקלען וואס האבן שוין קוים געווארט זיך אויסצוציען אביסל.

אבער די דרשות האבן מיר קיינמאל נישט מעורר געווען צו טאן תשובה פון מיין אייגן ווילן, נאר אנשטאט דעם איז דאס געווען מער א מיטל מיך צו סטראשען אדער צו דערוועקן שולדגעפֿיל. אנשטאט נעמען די תמימות׳דיגע מיידלעך און אויסלערנען וואס עס מיינט אהבה און ליב האבן איינער דעם צווייטן, טעראריזירט מען זיי מיט וואס פארא שטראפן עס וועלן באלד קומען, און אלעס זענען די מיידלעך שולדיג צוליב זייער באפוצן זיך. איינער וואס טרעט נאר אביסל אוועק פונעם פינקטליכן וועג וואס זיי האבן אויסגעטראטן, וועט פארשניטן ווערן.

מען פארגעסט אין גאנצן וואס איז עכט וויכטיג און וואס עס גייט אונז באמת אויסלייזן, וואס דאס איז אהבת חינם. ליב האבן און אנעמען א יעדעס אידיש קינד ווי עס איז. א גוט ווארט מיט א שמייכל. אפילו די וואס האבן אונז פיינט דארפן מיר ליב האבן און דערנענטערן. אפילו די וואס האבן אונז שלעכטס געטאן און צו גרונד געלייגט דארפן מיר אויך ליב האבן. און ווען עס וועט מער נישט זיין קיין פיינטשאפט צווישן אונז, וועלן מיר זוכה זיין צו האבן א וועלט פון גערעכטיגקייט און אנטקעגן גיין משיח צדקינו בב״א!

For more Riki Rose Music, go to
Facebook: Riki’s Music and Musings Twitter: @Riki_Rose
Snapchat: @riki_rose