Through Riki‘s Eyes

חמץ־אונטערזוכונג אינעם ספֿרים־שראַנק

Scrutinizing the Torah Books for Crumbs of Chometz

פֿון ריקי רויז

  • Print
  • Share Share
Yehuda Blum

איך זיץ דא ביי דער ארבעט רואיגערהייט. קוים וואס דער טעלעפאן קלינגט. וואס איז עפעס אזוי שטיל? וואו איז דער גאנצער עולם וואס דרייט מיר דעם קאפ א גאנץ יאר? וואו זענען אלע פאציענטן וואס האבן אזוי וויכטיג געברויכט אַן אפוינטמענט [באשטעלונג] צום דאקטער? איך טו א בליק אויפן אידישן לוח און איך כאפ זיך פאר װאס דער עולם איז פלוצלינג פארשוואונדן געווארן. עס איז די אנגעצויגענע טעג פאר פסח. איעדער איז פארנומען אויסרוימען דעם חמץ פון שטוב און אריינברענגען דעם פסח! די דאקטוירים וועלן ווארטן ביז נאך יום טוב. איצט איז דא א סך צו טאן.

קודם כל ברויך מען האלטן די בין הזמנים בחורים׳לעך פארנומען, זיי זאלן חלילה נישט אנקומען צו דברים בטלים און זיכער נישט אין קאנטאקט מיט א קלוגן־טעלעפאן (smartphone) און אפילו נישט צו איינער וואס האט צוטריט צו דער טריפה׳נער כלי. איז גיט מען זיי עפעס מיט וואס צו זיין פארנומען. מען גיט זיי צו רייניגן דעם ספרים שאנק! איי, ווי קומט דען חמץ אן אינעם ספרים שאנק? אבער אינדערהיים האט מען געזען, אז מען רייניגט אויס יעדן ווינקל, פרעגט מען נישט קיין קשיות. מען נעמט ארויס ספר ביי ספר, סידור ביי סידור, און מען קלאפט יעדן פון זיי אויס באזונדער, זוכנדיק ברעקלעך. איך ווייס נאכנישט וויאזוי קומען אן ברעקלעך אין ספרים אויב דאס איינציגע מאל וואס מען נעמט דאס אראפ פון דער שאפע איז ערב פסח דאס צו רייניגן… (ווייטער פרעגט זי קשיות…).

איך ווייס נישט אויב אין יעדן חסידישן הויז איז אזוי אבער אין א סך פון זיי לייגט מען די געניצטע ספרים זעלטן צוריק אין ביכערשראנק. איבער דער שטוב ליגן צעזייט און צעשרפרייט כלערליי ספרים, קונטרסים, סידורים, תהילים׳לעך, זמירות׳ן, מחזורים גאנצעטע סעטס, חמושים, משניות׳ן, מגילות, צאינה וראינה׳ס, תחינה זאגערלס, און לאמיר נישט פארגעסן די גרויסע חתן ש״ס גמרא׳ס! קיינער נעמט נישט די מי צוריקלייגן די ספרים אין שראנק ווי עס באלאנגט. די איבעריגע ספרים שטייען דערווייל אינעם שאנק, פארשעמט, און קיינער קוקט נישט דערויף ביז ערב פסח ווען מען קומט דאס אינספעקטירן פון חמץ. אקעי, אבי די בחרים זענען פארנומען! מען ווישט יעדן ספר אפ מיט א פייכטע שמאטע פונדרויסן און מען קלאפט דאס גוט אויס. און נאכן רייניגן דעם שאנק, אזש מען קען דאס א לעק טאן, לייגט מען צוריק די ספרים און דארט בלײבן זיי ביז איבער א יאר. אויך קלויבט מען אויס איינצעלנע ספרים וואס מען זאגט: „אקעי, שוין צייט זיך צו שיידן דערפון, מיר דארפן דאך האבן פלאץ פאר נייע ספרים וואס מיר גייען קויפן וואס מיר וועלן זיי אויך לאזן בלייבן אויפן שאנק יאר איין יאר אויס. לייגט מען יענע נישט־געניצטע ספרים אוועק אין א זייט, כדי שפעטער זיי צו טראגן צום „שמות טראק‟ (דער אויטא וואס ברענגט אלטע הייליקע זייטן צום באגראבן על־פי־דין).

בשעת דאס קומט פאר אינעם ספרים שטוב, טוען די מיידלעך מיט דער רוימערקע דאס זעלבע מיט די קליידער און בעטגעוואנט אין די שלאף צימערן, להבדיל. אלעס ווערט דורכגעקוקט! איי, ווי קומט דען אן חמץ אויפן בעטגעוואנט אין א שטוב ווי מען עסט נישט אין די שלאף צימערן? אבער ווי פריער געשמועסט פרעגט מען נישט קיין קשיות ווייל דער ענטפער אויף קשיות איז אז מען פרעגט נישט קיין קשיות אויף וואס מען האט געזען אינדערהיים. 

די קלענערע קינדער גיט מען צו וואשן די שפילצייג און שפעטער ווען זיי זעען נישט גיט מען דאס פאר די רוימערקע דאס איבערצומאכן. 

די ערגסטע איז אין קיך ווייל דארט איז טאקע דער קוואל פונעם חמץ! די טעפ מיט די גאז ראנג ווערן געקראצט און געריבן מיט אמאניע און אנדערע סארט קעמיקאלן. די אויגן ברענען, דאס האלדז קראצט און דאס מויל ציפט, אבער מען קראצט ווייטער ביז אלע גדרים ברענען און די שווארצע אש איז ענדליך אפגעקראצט. ווייל אש און פארברענטע אויל איז טאקע חמץ און ווייל מען גייט טאקע נוצן די זעלבע טעפ פסח, וואס? 

פאר נאכטמאל שיקט מען די קינדער קויפן פיצא. מען ווארט שעות ארוכות פאר א פאר רעפטלעך און נאכדעם עסט מען דאס אנגעצויגענערהייט אינעם פארצימער. און דערוועגן זאל מען זיך נישט אריינצוגיין און שטוב בעפאר זיך אויסצוטרייסלען דאס קלייד! 

ענדליך נאך א סך שווערע ארבעט קומט מען אן צום יום טוב אויסגעדראשענערהייט אן כוחות. 

זייענדיג מער א פוילער צופלויגענער מענטש האב איך קיינמאל נישט פארשטאנען וויאזוי דער יום טוב פסח איז א סימבאל פון פרייהייט. איך האב דאס אנגעקוקט פונקט פארקערט. דער גאנצער פסח האט אויסגעזען ווי א יאך. אן עול וואס איך האב נישט געקענט דערליידן. אבער נאכן אריינקלערן אביסל טיפער דערין איז מיר בייגעפאלן אז ווען מען קומט ענדליך אן צום יום טוב און די חמץ איז שוין פארברענט געווארן, איז נישטא נאך אזא סארט רואיגקייט אויף דער וועלט. דער גאנצער לאסט קומט אראפ נאכן פארברענען די חמץ, אזא פרייהייט קען מען נישט קויפן מיט קיין געלט. חוץ אויב גייט איר צו די שיינע האטעל־פראגראמען פאר פסח. דאן קען מען דאס יא קויפן פאר געלט.

האטס מיר אלע א כשר׳ן, ליכטיגן, פרייליכן און דרוקלאזן פסח!