Through Riki‘s Eyes

„נויעהככך‟ מיט זיבן גרייזן!

Writing "Noah" With 7 Errors

פֿון ריקי רויז

  • Print
  • Share Share
Yehuda Blum

עס איז פרשת נח אויף דער וועלט! אין דער סדרה האט דער אויבערשטער באפוילן נח׳ן צו בויען א תיבה כדי זיך צו ראטעווען פונעם שרעקליכן מבול וואס האט געדארפט אומברענגען דעם גאנצן דור און ריינוואשן די וועלט. עס שטייט: נח איש צדיק תמים היה בדורותיו. נח איז געווען א צדיק אין זיינע דורות. מפורשים טייטשן דאס אויס אז לויט די שוואכקייט און פילע זינד פונעם דור איז נח געווען א צדיק נעבן זיי. און דער אויבערשטער, א בעל רחמים, האט נישט געוואלט אפווישן אינגאנצן די וועלט, האט ער געזוכט ביי וועם ער קען טרעפן עפעס גוטס און ער האט עס געטראפן אין נח. און ער האט דאן באפוילן פאר נח צו בויען א תיבה און זיך אריינציען מיט זיין הויזגעזינד, חיות און בהמות. און אזוי איז ער געראטעוועט געווארן פונעם מבול. 

רעדנדיג אזוי פון נח האב איך זיך דערמאנט אין דער באקאנטער פראזע „נח מיט זיבן גרייזן.” פאר די וואס ווייסן נישט, ניצט מען דאָס דאזיגע ווערטל ווען איינער מאכט א סך טעותים און גרייזן אויף א גרינגע קלייניגקייט. ווי צום ביישפיל דאס ווארט נח איז גאר א פשוטע ווארט וואס באשטייט פון אינגאנצן צוויי אותיות. און אז איינער קען באווייזן צו מאכן זיבן טעותים אין אזא ווארט, לאמיר נאר זאגן — צו קלוג איז ער נישט. איז מיר פלוצלונג איינגעפאלן א מוראדיגע זאך. די פראזע קען גאר האבן א טיפערן באדייט. נישט נאר איז דאס געגליכן צו נח צוליב די קורצקייט פון זיין נאמען, נאר מען קען דאס אויך פארגלייכן צו זיין כאראקטער. נח איז אליין געווען פיל מיט „גרייזן‟, דאָס הייסט — חסרונות און אומפערפעקציעס. א מענטש מיט פעלערן פונקט ווי אונז אלע. א מענטש צווישן אלע מענטשן וואס האבן אמאל געמאכט „גרייזן‟ אין זיין לעבן. און טראץ דעם אלעם האט אים דער רבו״שע אויסדערוויילט צו בלייבן אויף דער טריקעניש און אויפשטעלן נייע דורות. 

מען קען פון דעם ארויסלערנען א געוואלדיגע זאך: זוכן די גוטס אין יעדן איינעם. אין א וועלט פון אזויפיל שנאה און אכזריות דארפן מיר אויפזוכן די גוטע מענטשן. די פארפייניגטע צובראכענע מענטשן. די צוקלאפטע מענטשן „מיט זיבן גרייזן‟ אדער מער. און זיי אויפהייבן העכער פונעם מבול פון צרות מיט א שמייכל און א גוט ווארט. מיר האבן אלע אונזערע פעלערן און מיר ווילן נישט קיינער זאל אונז אנקוקן דורך אונזערע „גרייזן‟. און אפילו אונטער דעם אכזר און דעם שונא איז דא א גרייזיגע צובראכענע מענטש וואס זיינע טעותים האבן אים פארהארטעוועט. דארף מען זוכן ווי מען קען זיי ווייך מאכן מיט ליבשאפט און פארשטאנד. אינאיינעם וועלן מיר זיך ארויסראטעווען פון אונזער מבול, דעם גלות, און אויפבויען אונזער תיבה, דער בי״המק במהרה בימינו אמן!