Through Riki‘s Eyes

אײַ, די מוסר־בריוועלעך אויף דער סאָציאַלער מעדיאַ!

Re the Criticism I Get Via Social Media

פֿון ריקי רויז

  • Print
  • Share Share
Yehuda Blum

אזוי ווי איר ווייסט זענען רוב פון מיינע נאכפאלגער און „פענס” פון דער חסידישער סעקטע. ווייל פון וואנען איך קום, און די שפראך וואס איך באנוץ, און וויאזוי איך דריק זיך אויס, ציט עס מערסטנס די אויפמערקזאמקייט פונעם היימישן ציבור (פרויען און מענער) און דעריבער באקום איך כסדר מוסר און קריטיק — ספעציעל אויפן סאציאלע מידיא פלאטפארם אויף אינסטאגראם. אט זענען עטלעכע ביישפילן:

עס איז נישט צניעות, עס פאסט נישט אז א אידיש קינד זאל גיין אזוי אנגעטון.

Btw, it’s not even nice, you’re a bad looking girl.

[טײַטש: ס׳איז נישט שיין, זעסט אויס שלעכט]

Sad u think it‘s ok for men to hear u sing. Putting kol Isha ain‘t helping.

[טייטש: ס׳איז טרויעריק וואָס דו מיינסט ס׳איז בסדר אז מענער זאלן הערן ווי דו זינגסט. ווען דו ביסט עובר אויף קול אישה, העלפט עס נישט.]

Maybe if she‘d sing nice t‘would be worth the sin! How embarrassing this is…

[טייטש: אפשר ווען זי וואָלט שיין געזונגען וואלט געווען כדאי דאס זינדיגן. אזא בושה…]

אקעגן אלץ האב איך א שארפן „קאמבעק” בלע״ז, גרייט אויפן צינגל און איך פראביר זייער שטארק נישט צו ענטפערן. אחוץ טאמער איז דאס צו גוט אין עס וועט מאכן א פאר אידן אויספלאצן אין א געלעכטער, דאן וועל איך יא ענטפערן. אבער איך פיל נאך אלץ שלעכט ווען איך טו דאס. און איך וועל אייך מסביר זיין פארוואס.

רוב פון די מענטשן וואס שרייבן מוסר אדער וואס זענען מוחה האלטן זיך שוין יא אביסל אויפגעקלערט ווייל זיי האבן דאך צוטריט צום אינטערנעץ ר״ל אבער נישט גענוג דרייסט צו לייגן א בילד פון זיך אינעם פראפייל ווייל זיי זענען נאך אינעם ״סיסטעם״. באהאלטן זיי זיך הינטער א בילד פונעם זון אונטערגאנג אדער א פויגל (ווייל עס איז גאר איבערצייגעוודיק אז יאנקל154 איז טאקע א פויגל!) און אזוי טוען זיי מוחה זיין פאר אידישקייט און זיי טוען דאס בסתר נאך אויך! אך ווי שיין! און אויב מיינט איר איך טרייב סתם לצנות זאלט איר וויסן איך בין גאר ערנסט און איך גלייב אז עטליכע פון די מענטשן טוען דאס עכט לשם שמים. אפשר זענען זיי גאר ל״ו צדיקים (אקעי, יעצט בין איך יא סארקאסטיש, כככ..)

אבער ערנסט גערעדט, איר דארפט פארשטיין פון וואנען די מענטשן קומען. איך פארשטיי דאס ווייל איך בין אזוי אויפגעוואקסן. כ׳האב עכט געגלייבט אז די וועג וואס מען האט מיר געלערנט איז די איינציגע וועג א מענטש קען האבן אמתע שמחה. און אז עס איז נישט דא קיין אנדערע וועג. און נישט נאר עס איז נישט דא קיין אנדערע וועג, נאר אויב וועט איר פראבירן אן אנדערע וועג וועט מען דיך צימבלען און פייניגן. און זייענדיג א תמימות׳דיג קינד, האב איך דאס אמתדיג געגלייבט. אזוי ווייט אז איך האב מיך אליינס נישט פארשטאנען פארוואס איך פיל נישט די „אמת׳ע שמחה”; איך בין דאך אויפן ריכטיגן וועג! און ווען איך האב צוביסלעך אנגעהויבן צו גיין מיין אייגן וועג, האב איך ערשט אנגעהויבן פילן וואס עס מיינט מנוחת הנפש און אינערליכע צופרידנקייט.

אידישקייט איז נישט אן איין־זייטיגע גאס. יעדע ווארט פון די תורה קען מען אויסטייטשן אויף צענדליגע וועגן. אבער אז מע פרעגלט אריין פון קינדווייז אן אז עס איז נאר דא איין עקסטרעמע ספעציפישע וועג, דאן איז נישט דא א סך שאנסן פאר א מענטש איינצוזען אנדערש. נישט קיין חילוק וויפל פאלשע אינסטאגראמען און פייסביכער אונטערן פארהאנג מען האט. אז מ׳איז פארשפארט און מען האט נישט דעם שליסל, איז נישט דא קיין גרינגע וועג ארויס. און דעריבער פארשטיי איך ווען א מענטש קומט מיר מוסר זאגן און קריטיקירן, אפילו אויב דאס איז אויף א פיינטליכן אופן. ווייל יענער מיינט דאס נעבעך ערנסט. יענער ווייסט און גלייבט אז דאס איז די איינציגע וועג און אז ער וועט באלוינט ווערן פארן מוחה זיין און זיך אויפשטעלן פארן אויבערשטנס כבוד. און איך פארשטיי אז דאס איז זיין וועג פון דינען דעם בורא כל עולמים. מיין וועג פון דינען דעם אויבערשטן איז צו רעספעקטירן אלע זיינע באשעפענישן, אפילו די וואס רעספעקטירן מיר נישט צוריק. צו פראבירן פארשטיין אלע אידישע קינדער; אפילו די וואס פארשטייען מיך נישט. און אזוי ווי איך בין נישט הונדערט פראצענט אויסגעארבעט, אזוי איז קיינער נישט. איך פראביר אבער כאטש צו קוקן אויף די גוטע זייט פון אלעם. און נישט ווייל איך בין עפעס א צדיקת צו וואס, נאר ווייל דאס לעבן איז מיר פשוט גרינגער אזוי. אויב זעט מען נישט קיין שלעכטס דאן קען דאס לעבן נישט זיין שלעכט. און אויב וועלן מיר אלע נאר זען די גוטס איינער אינעם אנדערן וועלן מיר זוכה זיין צו דערנענטערן משיח צדקינו בב״א!

נ.ב. איך וויל דא אויך נעמען די געלעגנהייט צו באדאנקען די וואס טוען מיך יא געבן גוטע ווערטער און חיזוק! א גרויסן יישר כח!