אַ ברונעם וואָס סקריפּעט, אַן אַלטער דיין וואָס וויל נישט עפֿענען די אויגן — דאָס זענען די אימאַזשן וואָס דער שרײַבער יחיאל שרײַבמאַן לעבט אויף מיט זײַנע בילדערישע מיניאַטורן וועגן זײַן מאָלדאַווישן היימשטעטל ראַשקעוו.
אין דעם ווידעאָ דערציילט ער וועגן זײַנע יאָרן אין ייִדישן טעאַטער אין בוכאַרעשט, ווען יונגע שרײַבער און טוער פֿון ראַשקעוו און טשערנאָוויץ פֿלעגן אײַנשטיין בײַ אים אין שטוב. ער דערמאָנט די טאַלאַנטירטע בעסאַראַבישע ייִדישע שרײַבער פֿון יענע יאָרן, בפֿרט זעליג בערדיטשעווער, דער מײַסטערישער פֿאָלקספּאָעט וואָס די ליטעראַרישע עליטע האָט דעמאָלט נישט אָפּגעשאַצט ווי געהעריק, כאָטש זײַנע לידער זענען געווען שטאַרק באַליבט בײַ די בעסאַראַבער ייִדן.
שרײַבמאַן דערציילט אויך וועגן די שרעקלעכע יאָרן בעת און נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה, ווען ער און זײַנע קאָלעגעס האָבן ווײַטער געשאַפֿן אויף ייִדיש, אַפֿילו אויב פּשוט דאָס אָנשרײַבן אַ בריוו דעם טאַטן האָט געקענט גורם זײַן מע זאָל אַרעסטירט ווערן. הײַנטצוטאָג, באַטאָנט ער, דאַרף דער עיקר פֿון יעדן שרײַבער זײַן אויפֿצולעבן דאָס שטעטל פֿון וואַנען ער שטאַמט ווײַל במשך פֿון דער געשיכטע פֿון די ייִדן אין מיזרח־אייראָפּע איז דאָס שטעטל פֿאָרט געווען „די ייִדישע מלוכהשאַפֿט אין גלות‟.
דער דאָזיקער דאָקומענטאַר־פֿילם איז איינער פֿון צען, אין וועלכע אָנגעזעענע ייִדישע שרײַבער און קולטור־טוער פֿונעם עלטערן דור רעדן אָפֿן־האַרציק וועגן זײַער לעבן. די פֿילמען זענען רעזשיסירט געוואָרן פֿונעם ייִדישן שרײַבער און לאַנגיאָריקן פֿאָרווערטס־רעדאַקטאָר באָריס סאַנדלער און פּראָדוצירט געוואָרן פֿון דער „פֿאָרווערטס‟־אַסאָציאַציע ווי אַ די־ווי־די סעריע מיטן נאָמען, „מאָנאָלאָגן פֿון ייִדישע שרײַבער‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.