ווייניק מענטשן ווייסן הײַנט אַז אין די 1950ער יאָרן פֿלעגן אַ האַלבער מיליאָן מענטשן זיך צוהערן יעדן אָוונט צו די ייִדישע אוידיציעס אויף דער ישׂראלדיקער ראַדיאָ. אויך אין אויסלאַנד האָט מען זיך צוגעהערט — אַפֿילו הינטערן אײַזערנעם פֿירהאַנג, וווּ ייִדן האָבן אויסגעזוכט פֿאַרשידענע מיטלען זיך צוצוהערן צו די פֿאַרבאָטענע „קעסטעלעך‟. אַ טייל פֿון די סאָוועטישע ייִדן וואָס האָבן שפּעטער עולה געווען האָבן געזאָגט אַז יענע ייִדיש־פּראָגראַמען האָבן זיי געגעבן אַ האָפֿענונג און טאַקע געשפּילט אַ ראָלע אין איבערצײַגן זיי צו עמיגרירן.
אַזוי דערציילט אין דעם דאָקומענטאַר־פֿילם דער לעגענדאַרער דיקטאָר פֿון יענע יאָרן, מיכאַיִל בן־אַבֿרהם. מיט הומאָר גיט ער איבער זײַן ענטפֿער אויפֿן „באַפֿעל‟ פֿונעם באַלעבאָס צו העברעיִזירן זײַן נאָמען „ווײַנאַפּעל‟; ווי אַזוי ער האָט אַנטוויקלט אַ ספּעציפֿישן סטיל פֿון ייִדישן ראַדיאָ, און מע הערט אַ פּרעכטיקן אויסצוג פֿון יענע אוידיציעס — אידאַ קאַמינסקאַ אין דער ראָלע פֿון יעקבֿ גאָרדינס „מירעלע אפֿרת‟. נאָך דעם לייענט בן־אַבֿרהם אַליין פֿאָר אַ קאַפּיטל פֿון מ. צאַנינס היסטאָרישן ראָמאַן, „אַרטאַפּאַנוס קומט צוריק אַהיים‟, וואָס מאָלט אָפּ דאָס שפּרודלדיקע לעבן אויף די וואַרשעווער גאַסן, פֿונעם קוקווינקל פֿון אַן אָרטיקן ייִדישן דאָקטער.
דער דאָזיקער דאָקומענטאַר־פֿילם איז איינער פֿון צען, אין וועלכע אָנגעזעענע ייִדישע שרײַבער און קולטור־טוער פֿונעם עלטערן דור רעדן אָפֿן־האַרציק וועגן זײַער לעבן. די פֿילמען זענען רעזשיסירט געוואָרן פֿונעם ייִדישן שרײַבער און לאַנגיאָריקן פֿאָרווערטס־רעדאַקטאָר באָריס סאַנדלער און פּראָדוצירט געוואָרן פֿון דער „פֿאָרווערטס‟־אַסאָציאַציע ווי אַ די־ווי־די סעריע מיטן נאָמען, „מאָנאָלאָגן פֿון ייִדישע שרײַבער‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.