יאָסל בירשטיין איז במשך פֿון זײַן לעבן געווען אַזאַ געניטער דערציילער, סײַ אויף ייִדיש סײַ אויף העברעיִש, אַז ער איז אין די שפּעטערע יאָרן געוואָרן אַ באַליבטע פֿיגור אויפֿן ישׂראלדיקן ראַדיאָ.
אין דעם ווידעאָ, פֿילמירט אין 1994, שילדערט בירשטיין מיט אַ ייִדישן חן און הומאָר די פֿאַרשידענע טיפּן וואָס ער האָט געטראָפֿן נאָך זײַן באַזעצן זיך אין ישׂראל: די שמועסן און קריגערײַען אין די „אגד‟־אויטאָבוסן; אַ סצענע מיט אַ פֿאַרליבט פּאָרל בײַם כּותל־המערבֿי; זײַנע אַנטדעקונגען בעת זײַן אַרבעטן ווי אַ פּאַסטעך אין „קיבוץ גבת‟ און די רעאַקציעס פֿון מענטשן אויף זײַנע ערשטע ייִדישע לידער.
בירשטיין איז געבוירן געוואָרן אין ביאַלאַ־פּאָדאָלסק, פּוילן אין 1920. צו 17 יאָר איז ער, מיט זײַן חבֿר, דער מאָלער יאָסל בערגנער, אַוועק קיין אויסטראַליע. נאָכן דינען אין דער אויסטראַלישער אַרמיי האָט ער חתונה געהאַט מיט אַן אימיגראַנטקע פֿון פֿראַנקפֿורט, מאַרגאַרעט ווײַסבערג, און אין 1950 האָבן זיי זיך באַזעצט אין דער נײַער ייִדישער מדינה. זיי האָבן דערצויגן צוויי טעכטער און שפּעטער האָט מאַרגאַרעט געהאָלפֿן איבערזעצן זײַנע ווערק אויף ענגליש.
דער דאָזיקער דאָקומענטאַר־פֿילם איז איינער פֿון צען, אין וועלכע אָנגעזעענע ייִדישע שרײַבער פֿונעם עלטערן דור רעדן אָפֿן־האַרציק וועגן זײַער לעבן. די פֿילמען זענען רעזשיסירט געוואָרן פֿונעם ייִדישן שרײַבער און לאַנגיאָריקן פֿאָרווערטס־רעדאַקטאָר באָריס סאַנדלער און פּראָדוצירט געוואָרן פֿון דער „פֿאָרווערטס‟־אַסאָציאַציע ווי אַ די־ווי־די סעריע מיטן נאָמען, „מאָנאָלאָגן פֿון ייִדישע שרײַבער‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.