אלע גרויסע באקאנטע רעליגיעס פארמאגן א הויפט הייליגע שטאט, און דערנאך — אַ צווייטע און דריטע אין ראנג.
צום בײַשפּיל, ביי די קאטויליקן איז דער קווארטאל פונעם וואטיקאן אין רוים דער הייליגסטער און חשוב’סטער, דערנאך קומט קאנסטאנטינאפאל, דערנאך ירושלים, סאנטיעגא אין צפון שפאניע א.אז.וו.
ביי די סונישע מוסלמענער איז מעקא דער הייליגסטער, דערנאך מעדינא, דערנאך ירושלים, דערנאך באגדאד.
ביי די הינדוס די זיבן “סאפטא פורי” (עיר קודש) שטעט, אנגעהויבן מיט וואראנאסי, איאדיא, מאצורא, הארידוואר, א.א.וו.
ביי אידן איז דער הייליגסטער שטאט אן ספק ירושלים, חוץ טאמער פרעגט איר א שומרוני, ביי אים איז עס שכם דער שטאט פונעם הר גריזים. אידן פארמאגן אבער נאך חשובע, פארהייליגטע, וויכטיגע און היסטארישע שטעט. עס וואלט געווען אינטרעסאנט זיי צו ראנגען, און צי וואלטן אלע אידישע געמיינדעס זיי ראנגירט די זעלבע.
ביי אידן איז נישט אזוי איינגעפירט צו ראנגירן הייליגע שטעט אויף א צווייטער און דריטער מדרגה. אייגנטליך איז דא איינאיינציגער שטאט וואו די שכינה הקדושה רוט: ירושלים און שוין. נאך ירושלים בענקט מען; נאך ירושלים דאוונט מען; נאך ירושלים צילט מען, דא איז דער צענטער פון די וועלט, דא רוט די שכינה, נישטא קיין שני למלך.
דער חתם סופר האט א מאל - נאך דעם צפתער ערדציטעניש - געזאגט אז ירושלים האט זיך אנגענומען פאר איר כבוד, האט מען געמאכט צפת פארן מקום תורה און ירושלים — גאטס שטאט — האט מען אפגעלאזט.
לויט דער מסורה פארמאגט ארץ ישראל פיר הייליגע שטעט: ירושלים עיר הקודש, חברון עיר הקודש, צפת עיר הקודש, און טבריא עיר הקודש. דאס הייסט אז עס זענען דא, אויסער ירושלים, נאך הייליגע שטעט, עס זאגט אבער נישט ווער קומט פריער און ווער שפעטער.
אז חברון איז אן עיר הקודש איז זייער פארשטענדליך. דאס איז די שטאט פון די אבות; דא איז קרית ארבע און אלוני ממרא פון אברהם’ס דריי מלאכים; דא איז די מערת המכפלה, דאס ארט וואו מע האט באגראבן די אבות און די אמהות. מיט חברון לויבט די תורה אויס די שיינקייט פון ארץ ישראל, דא האבן די מרגלים, צווישן זיי - יהושע און כלב - אויסגעפארשט כנען. דוד המלך האט דא אנגעהויבן קעניגן איידער ער האט איינגענומען ירושלים.
טבריא פארמאגט נישט קיין ביבלישע היסטאריע. אפילו דער נאמען איז א רוימישער. חז”ל באציען זיך אבער צו דער שטאט מיט א סך חשיבות. עס איז טיבורו של ארץ, דער צענטער. דא געפינען זיך די דערוויילטע פירות ארץ ישראל, די איבערגעבליבענע קוואלן פונעם מבול, און פון דאנען וועט קומען משיח. נאטירליך אז אין די צייטן פון חז”ל איז טבריא געווען א גאר חשובער אידישער צענטער. די גרעסטע לייבן פון די תנאים האבן זיך דא געדרייט און געשאפן ניסים: ר׳ שמעון בר יוחאי, ר׳ יהודה הנשיא, און ר׳ מאיר בעל הנס. טבריא איז געבליבן א אידישער צענטער פאר א גאר לאנגער תקופה. דא זענען שפעטער געשאפן געווארן דער תלמוד ירושלמי און באקאנטע מדרשים. נאך שפעטער איז דא אוועקעשטעלט געווארן די ישיבה פון חכמי מסורת המקרא, וועלעכע האבן געשאפן די יסודות פון די נקודות (פינטלעך אויף די פסוקים), מאנכע זאגן אז אפילו די יסודות פון די תפילות ארום שמע ישראל און שמונה עשרה זענען דא געשאפן געווארן. דא האבן זיך שפעטער באזעצט די תלמידים פונעם בעל שם און פונעם ווילנער גאון.
צפת איז די נייעסטע פון די אלע ערי קודש. עס פארמאגט נישט קיין היסטארישער קייט ביז ימי חז״ל, אפילו נישט ביז די צייטן פון די ראשונים. דער ביבליש-קלינגעדיגער נאמען איז אן איבערמאכונג פון אן אראבישן נאמען. צפת איז געווארן חשוב מיט פינף הינדערט יאר צוריק, בערך ווען קראקע אין פוילין איז געווארן חשוב. צפת האט דעמאלס באקומען דער סטאטוס פון דער הויפט מקום תורה פון מזרח. דא האט געוואוינט דער בית יוסף — דער שאפער פון שולחן ערוך; דער אר”י מיט דער רמ”ק — די צוויי וועלעכע האבן אריינגעברענגט דעם זוהר אין יהדות. דא האט געוואוינט דער שאפער פונעם בארימטן פיוט, „לך דודי‟ און אנדערע פון די גרעסטע שאפער און לייבן ביי אידן אין די דורות האחרונים עפאכע.
פון די דריי לעצטע ערי קודש לייגט זיך מיר חברון אממערסטנס אויפן שכל, זי איז שוין חשוב אין די תורה.
טאמער קען נאר אן ארץ ישראלדיגער שטאט הייסן קדוש איז די שאלה פארוואס באר שבע מיטן שכינותדיגער גרר איז נישט קיין חלק פון די קדושים שטעט, דא האבן דאך געוואוינט די אבות?
שילוא, וואו דער צענטראלער משכן איז געשטאנען קרוב צו 400 יאר, דא האט געוואוינט דער גרויסער בעל מופת אלי הכהן, דא האט זיך געהאדעוועט שמואל הנביא, דער אויפוואכער פון נביאות, דער זאלבער פון מלכות בית דוד.
און וואס איז מיט דעם הר הבתרים, נעבן דעם בארג חרמון? דא האט דער באשעפער דורך אברהם אבינו’ן געמאכט זיין בונד מיט די אידן. דא פלעגן זיך יעדעס פרשת לך לך צוזאמענקומען מאסן אידן תפילה צו טון. דא איז אויך באערדיגט דער מחבר פונעם תלמוד בבלי, רב אשי.
און אז מען נעמט שוין א שפעטערדיגער צפת, זאל שוין טאקע זיין דער שכינותדיגער מירון, אז מירון איז שוין הונדערטער יארן דער גרעסטער מקום עליה לרגל ביי אידן; וואלט זיך אים אויכעט באדארפט קומען א הקודש.
און וואס איז מיט דער שטאט יבנה? דא איז געגרינדעט געווארן די ערשטע תורה אינסטיטוציע אין ארץ ישראל דורך די הייליגע תנאים? יבנה איז דער פאטער פון די תורה קעניגרייך.
און צום היינטיגן עיר התורה, בני ברק, דער גרינדער פון עולם התורה אין די היינטיגע עפאכע — דא האבן געוואוינט און געשאפן דער חזון איש, דער סטייפלער גאון, די טאטעס פון תורת ארץ ישראל של ימינו. עס איז עד היום דער חשובסטער צענטער פון דער ישיבישע און חסידישער וועלט.
אין חוץ לארץ זענען דא שטעט וואס קענען זיך גאנץ פיין פארגלייכן מיט די קודש שטעט לויט זייער היסטאריע און חשיבות.
לאמיר אנהייבן מיט שושן, דא האט דניאל איש חמודות געהאט די באקאנטע חזיונות, די געטלעכע וויזיעס, דא זענען פארפאסט געווארן די ערשטע לאנגע סליחות און תחנונים דורך דניאל און נחמיה.
דא איז דאך פארגעקומען דער נס פורים דורך מרדכי און אסתר.
און וואס טוט זיך מיט דער מקום קבלת התורה, דער בארג סיני? דא האט נישט בלויז משה רבינו, נאר אויך אליהו זוכה געווען צו זען גאט. דא קומט פאר א בת קול פון הימל יעדן טאג.
אדער דער מקום וואו אליהו איז ארויף אין הימל לעבעדיג, אריבער דעם ירדן?
דער מקום ווי יחזקאל הנביא האט בייגעוואוינט די באוואוסטע וויזיע ביים טייך כבר. דארטן האט ער געזען הויקוס ספאוקוס, געשטאלטן, פייערלעך, קאלירן. עס איז ווי א בליק אריין צו די וועלט פון די מלאכים. די וויזיע לייענט מען אום שבועות צו די הפטורה, עס הייסט מעשה מרכבה, די גמרא פארגלייכט זיין וויכטיגקייט צו די מעשה בראשית.
און לאמיר אפיר נעמען די דריי באבלישע תורה צענטערס: נהרדעא, סורא, פומפדיתא, וואו ס‘איז געשאפן געווארן די גמרא. גאנץ אידישקייט דרייט זיך דאך ארום דער גמרא.
איצט לאמיר שפרינגען קיין שפאניע: קארדאבע און טאלעדא, די היימערטער פון די ערשטע און גרעסטע ספרדישע גדולים.
די שטעט בארי און אטראנטא אין איטאליע, פלעגט מען אין די אנהייב מיטלאלטער פארגלייכן צו ירושלים, “כי מבארי תצא תורה ודבר השם באטרנטא” (גענומען פון דעם באקאנטן פסוק “כי מציון תצא תורה ודבר השם בירושלים”).
ווערמייזע, רש”יס שטאט; מאגענצא, די וויג שטעט פון גדולי אשכנז.
קראקע, דער תורה צענטער פון יהדות פוילין און פון אלע שפעטעריגע אשכנזים.
צו מאכן א סך הכל וואלט מיין פארשלאג געווען צו ראנגירן לויט די היינטיגע אנערקענוג, אזוי:
ירושלים
מירון. נאך אלעם איז דאס ר׳ שמעון בר יוחאי וווהין עס קומט ווייטער א ריזיגע צאל עולי רגל און איז אויך דער צענטער פונעם נייעם חג אינעם אידישן לוח — ל”ג בעומר, חמישה עשר בשבט.
בני ברק ווי א לעבעדיגער קאכלעפל פון אידישקייט עד היום הזה. דער וואוינארט פון די גרעסטע גדולי התורה נאכן קריג.
צפת, נאך אלעם דאס ארט וואו עס ליגט דער קבר פֿונעם אר”י, אלע וואס קומען אהין שפירן א דערהויבנקייט.
חברון, מערת המכפילה
פון דא און ווייטער צעטיילט זיך עס לויט די עדות. דאס איז שוין אשׂ באזונדערער שמועס.