המשך פֿון אַ פֿריִערדיקן אַרטיקל
ווען מען גייט דעם חסידישן חתן אויסשטאפירן, נעמט מען אין באטראכט א ווייסן שבת שאל. דאס איז ווי א טייל פונעם חסידישן מלבוש. מיטן ווייסן שאל פאר’שבת’דיגט מען זיך, פאר’יום־טוב’ט מען זיך, ווען מען גייט ארויס פון שטוב נאך דעם ווי די אידענעס בענטשן ליכט, מען הילט זיך איין אינעם שאל ווי אין מלאכישע פליגל, און מען איז גרייט אריינצופאלן אין די ארעמס פון שבת המלכה.
פערזענליך האב איך געהערט פון פארצייטישע אידן, אז א ווייסער שאל איז נישט קיין אמאליגער שבת לבוש פון דער אלטער היים. נו, ווייסקייט אום שבת ברויך נישט קיין אלטער היים, וואס אימער איז ווייס איז דאך סייווי שבתדיג.
וואס טוט זיך מיטן שאל זעלבסט, פארגעס וועלעכער קאליר, דארף א שבתדיגער איד א שאל אום שבת? די גמרא דערציילט גראדע אז א חכם, א זון פונעם באַקאַנטן אליעזר בן הורקנוס, איז אום שבת געגאנגען אין א שאל. הייסט דאס אז מיר האבן פארן שאל אום שבת א חז”ל’ישע מקור? דער אמת איז אז ניין, די מעשה ווערט געבראכט אונז צו פסק’נען וויאזוי מען מעג דעם שאל אנבינדן אויף אן אופן אז מען זאל נישט מחלל שבת זיין. אז עס איז קאלט גייט מען דאך סייווי א שאל אדער סיי וואס איבערן נאקן, זאל זיין שבת זאל זיין אינדערוואכן, זאל זיין א איד זאל זיין אן ערל.
אויך א ווייס געקנעפלט העמד איז איינע פון די יסודות פון א חרדישן אויסזען. ביים רבי’שן חסיד איז דער העמד אביסל מער לויז און כניאקיש; קען מען דאס פארגלייכן צום כהונישן בגד, דער כתונת וואס דער רבי טייטשט ווי א העמדל? שטעלט זיך ארויס אז נישט! דער כתונת איז באמת א טוניק, ענלעך מער צו א לייכטן חסידישן ישיבה כאלאטל, נישט ווי דער היינטיגער העמד וואס חסידים פארשטעקן אונטערן שטענדיגן קאפאטע.
ביי די כניאקישע און רבישע חסידים איז דער שפענצער (פאנצער)-וועסט אן עסק, א מין רבישער פארפאנצערונג, א רבישער הילע נעמט ארום דערמיט. לויט קבלישע סיבות קומט עס צו פארדעקן דעם טלית קטן, איז אבער א שטארקער ספק ווי אלט דער וועסט איז אין די אידישע מסורה. נאר אויב מען נעמט אן די שיטה פונעם יוסיפוס אז דער מעיל פונעם כהן גדול איז ווי דער היינטיגער וועסט, אן ארבל — נאר לענגער, קען מען דעם וועסט באטראכטן אלס אמת’ער אידישער לבוש. אין שרייבערישע העברעאיש איז א וועסט „לסוטה‟, גענומען פון די גמרא, דארטן מיינט עס א קורצער אויבערקליידל פאר א פרוי, נו.
אויכעט הויזן, ספעציעל די קורצע, ווער רעדט נאך פון געפעפעטע (געקעסטלטע) אדער ווייסע, איז א טייל פונעם חסידישן לבוש קעניגרייך. אויף דעם האבן מיר דאך שוין די „מכנסיים‟ פון די כוהנים! אבער איר ווייסט וואס, דאס איז דווקא א מקור פאר די חסידישע „גאטשעס‟, אדער ווי לצים רופן עס „רבינו תם גאטשעס‟, וואס פארנעמט דאס ארט פון די אונטערהויזן. אנצוג-הויזן איז ווי עס ווייזט אויס א מאדערנע דערפינדונג, בלויז געציילטע הונדערט יאר אלט. אלזא האבן מיר פארדינט אן אלטן מקור פאר די רבינו תם גאטשעס.
און אז מען מאכט אן עסק פון א חסידישן זאק, איז אזוי, איך פארשטיי אז א חסיד וויל נישט קיין זאקן לויט די גאסישע מאדעס, אבער צו מיינט עס אז די באשיידענע „חסדישע זאקן‟ פארמאגן טאקע אן אור אלטער מסורה? דער חסידישער זאק קומט צום אויסדרוק מיטן מנהג פון עס ארויפציען ביז די קני, ווי עס פלעגן גיין פארצייטישע הארן. דער חסידישער זאק איז אדער שווארץ אדער ווייס, און דוקא אן קיין געקינצלטע דעזיין, מען וועט נישט זען קיין חסיד גיין מיט געבלומטע און געקעסטלטע זאקן, אודאי נישט א כלאים’דיגער שווארץ-און-ווייס זאק, אויך נישט גלאנציגע זאקן ווי די זיידענע בעקעשע, דאס גיט דאך דעם רושם פון א האליוואד שטערן. א היימישער ארויפגעצויגענער זאק האט א היימישן אויסקוק.
פרעגט זיך דא די פראגע, איז דער היימישער זאק מיטן היימישן אויסזען טאקע א אידיש מלבוש מדור לדור?
לאמיר זיך פאנטאזירן, איז שמואל הנביא געגאנגען אין זאקן? באהאלטן צו ארויפגעצויגן? ווייסע צו שווארצע?! און וואס פארא זאקן איז הלל הנשיא געגאנגען? שטעלט זיך ארויס אז בימי חז”ל איז א זאק געווען א זאך פאר די גויאישע עליטע, די רוימישע חשובים פלעגן די פיס ארומוויקלען מיט בעל חי הויט, דאס האט מען גערופן פילוי (piloi). אין די טעג פון די ערשטע נביאים, איז דאך אזא איבעריגער בגד נישט געקומען אויפן געדאנק בכלל.
וואטע (קאטאן) אדער פאליעסטער (געמאכט דורך מענטשן פון נאפט) איז פון וואס רוב חסידישע בגדים ווערן היינט געמאכט. נישט אז חסידים האבן אן ענין אין דעם, קאטאן אדער כותונה פארמאגט נישט אפילו קיין חסידישע ראשי־תיבות אבער פארט זענען זיי פון וואס די חסידישע שמונה בגדים (פאטריארכאלע בגדים) זענען געמאכט, דערמאנט אייך ביטע אז אין תנ”ך שפילט דער מין שטאף א גרויסע ראלע. א ציצית מוז זיין פון תכלת’דיגער וואל, א כהן’ס בגד דארף זיין פון פלאקס, און נאך. איז נאטירליך אנצונעמען אז פארן היינטיגן חסיד, דער שומר מסורה, ברויכן אויך די שטאפן צו זיין א טייל פון דער מסורה גלייך ווי עס דארף צו זיין דער פארעם פונעם בגד.
נו, אפשר איז דער כתונת פסים גאר קאטאן? דאס איז גארנישט אויסגעשלאסן, אבער אודאי א זעלטענע שיטה פאר א זעלטענעם בגד. און אפשר איז צמר גפן פון דער משנה קאטאן? דאס איז שוין מער מסתבר, אבער וויפיל מאל ווערט עס שוין דערמאנט אין די חז”ל, צוויי דריי מאל?! בעפאר די ענגלענדער האבן עס פארשפרייט איז עס נישט געווען שטארק פארשפרייט מחוץ די אינדישע גרעניצן. יא, אביסל אין מצרים, אביסל ביי די אסטעקן ביים עק וועלט, אבער נישט פארשפרייט ביים פאלק. פאליעסטער ווידער איז א גאר נייע דערפינדונג, אויך דורך די ענגלענדער, צו מאכן קליידונג־שטאף פון נישט עפעס אנדערש ווי נאפט, אפשר אראבישע נאפט.
די אריגינעלע תנ”כ’ישע שטאפן זענען אן ספק די פון שאפן־וואל אדער פון פארשידענערליי ליינען, מיט די נעמען: שש, בוץ, פשתן און בד. מיט זיי זענען תנ”ך אידן און אידענעס געגאנגען געקליידעט.
איראניש איז אז דוקא די דאזיגע צוויי עלטסטע שטאפן מיט וואס אונזערע תנ”ך’ישע עלטער־זיידעס האבן זיך געקליידט, טראגן שטרענגע חסידים דווקא נישט, אויס זארג פֿאר שעטנז. קליידט זיך דער חסיד אויב אזוי מיט זייד פארשפרייט דורך די איטאליענער, סויבל דורך די רוסן, ביבער דורך די סקאנדענאווער, קאטאן און שפעטער פאליעסטער דורך די ענגלענדער, אלע לאנג נאך די תנ”ך’ישע און חז”ל’ישע יארן, טאקע צוליב פרומע סיבות, אבער קיין שטאף מקובל מדור דור זענען זיי נישט.
מען האט אין זיי אריינגעלייגט א אידישן טעם, דאס יא. אבער מסורה ממש — דאס נישט.