א חסידישער איד איז מקפיד אויף אן אידישליכן לבוש, דער לבוש פון אונזערע זיידעס אין אלטן אייראפע. טראץ דעם וואס מען זעט קלאר אז תימנים און בוכארים פארמאגן אנדערע לבושים פון דער אור אלטער מסורה, וועט מען מיט א חסידישן ברען אנרופן דעם חסידישן לבוש ווי דער לבוש מיט וואס אידן זענען אייביג געגאנגען, די קלײדער פֿון אונזערע אור אבות.
דעם חסידס לבוש איז טאַקע מער טראדיציאנאל פון דעם ליטוואקס. עס איז געווען דער לבוש פון דער אלטער היים ביי אלע מזרח־אייראפעאישע אידן אין די אמאליגע יארן, לכתחילה אפילו ביי די ליטוואקן, אבער ביז ווי ווייט צוריק גייט עס?
דער אמת איז אז דעם חסיד קימערט נישט אזוי ווייט מיט וואס פארא קליידער מען איז געגאנגען בימי חז”ל אדער תנ”ך. ביים חסיד הייבט זיך אלעס אן ביים ערשטן רבי’ן פון זיין חסידות, אדער אמפריסטן, דער בעל שם טוב. בעפאר דעם איז ווי „בעפאר־געשיכטע‟. כאטש מען פארערט און פארהייליגט דעם תנ”ך האט מען דאס אבער מיטאלאגיזירט, אזוי אז מען דארף זיך נישט פארטיפן אין די סיפורים פון א רעאלישן שטאנדפונקט. די פיגורן און עפיזאדן בלייבן דינען מער אלס טשאטשקעס, אדער רוי מאטעריאל, דערפון צו שעפן און בויען א חסידישן געדאנק.
דער חסיד האט אן הרגשה אז דער תוך פונעם שטריימל און בעקיטשע איז געלעגן אין די בגדים און שלייערן פון די חכמים, אדער אין די ראקן, טורבאנען און לעדערנע גארטלען פון די נביאים. א חסידישע מעשה איז דא ווי דער צדיק האט אין חלום געזען אברהם אבינו’ן מיט א שטריימל און קאפטן. דאס איז א ראיה, אדער אז אברהם האָט זיך געקליידט לויט די מאדע פון די אייניקלעך אין יעדן פלאץ אין יעדן דור (אפשר איז ער גאר אין הימל געווארן א חסיד), אדער, אז אברהם’ס תוך איז פון שטענדיג אן געווען שטריימל בעקיטשע’דיג, טאקע מיטן חסידישן פלאם.
מען כאפט פארט נישט ווי די היינטיגע מלבושים זענען ווייט פון די נביאים’ס, סיי די פארעמעס, סיי די מאטעריאל, און ווי שטארק זיי זענען בעאיינפלוסט פון ווייטע אומות העולם, דװקא פֿון נישט־ביבלישע, אומ’חז”ל’ישע פעלקער. לאמיר כאפן א בליק, וועלעכע סארט בגדים און סחורות חסידים זעען װי א גילגול פון די תנ’ך’שע.
לאמיר אנהייבן מיט דעם הוט, דער רים־הוט פארשטייט זיך. אנעם רים קוקט מען דאך אויס ווי א טערק, נישט ווי א חסיד.
אז מען קוקט אין די שווארץ און ווייסע בילדער פֿון אַמאָל וועט מען זען אז אפילו חסידים ביז ארום הונדערט יאר צוריק זענען געגאנגען מיט קאשקעטן. דער העלד פון „טראַדיציע‟ — טבֿיה — גייט מיט א קאשקעט, נישט א ראנד־הוט. די בילדער אין מחניים פון סיפורי צדיקים שטעלט פאר דעם פארצייטישן איד מיטן דאשעק. לאמיר עס אלזא מאכן קלאר, א רים־הוט פלעגט מען קודם זען ביי גלחים, פריצים, און פאר דעם — אייגנטליך דער מקור פונעם רים־הוט — ביים פעלד ארבעטער, צו באשיצן אים פון דער זון.
דארפן מיר שוין נישט צוריקגיין צו ווייט. במשך פֿון די צייטן פון די גמרא, װײַזן אונדז פארשידענע מעשיות אין חז”ל, אז יעדער סארט קאפ צודעק, צי איז עס א שלייער צו איז עס א היטאלע, איז פאר א געוויינדלעכן איד, גאר געווען א סימן פון גאות. א קאפ צודעק לאזט מען פאר די עליטע, די רבנים.
טייל מפרשים דרינגען דא ארויס, אז דער חז”לישער קאפ צודעק, די עליטע סימבאל, איז נישט דער טאפלטער קאפ צודעק ווי דער היינטיגער הוט איז איבערן קאפל, נאר, א צוגעדעקט קאפ בכלל… דאס הייסט אז בכלל גיין מיט א צוגעדעקטן קאפ איז אין יענע צייטן געווען אן עליטישע זאך, און גאר חוצפהדיג פאר א פראסטן איד.
איז מעגליך אז די נארמע פון א חז”ל’ישער פאלקזאמער איד איז געווען צו גיין אין הוילן קאפ?…
און וואס פאר א סארטן קאפ צודעקן זענען עס געגאנגען די עליטישע מנהיגים, די חכמים? א רים־הוט איז געװען, װי געזאגט, פאר די פעלד ארבעטערס. די חכמים זענען געגאנגען, אזוי ווייזט אויס פון די גמרא, מיט א גלימה, א שאליק, אדער טורבאן, און אזוי זעט מען דאך טאקע אין די פרשה בילדער העפטן. אין תנ”ך איז א טורבאן א כהנישע זאך, דער כובע און דער מצנפת.
א היימיש חסידישער קאפל איז א סאמעטענער. אויך דער שבתדיגער קאשקעט וואס די בעלזער און וויזשניצער קינדער טראגן. סאמעט איז א רעכטער סימבאל פון אן אינעווייניגסטער, דאס איז ווי די כשר’סטע שטעמפל, דער אזוי אידישליכער שטאף פארמאגט אבער נישט אפילו קיין לשון הקודש נאמען אדער קיין חז”ל’ישער נאמען, (דער עבריתישער “קטיפה” איז א העברעזירונג פון אן ענליכן אראבישן ווארט פאר סאמעט).
סאמעט איז דערפינדן געווארן אין אינדיע מיט בערך 15 הונדערט יאר צוריק, ד.ה. ביי די ענדע פון די חז”ל תקופה, אבער באקאנט געווארן אין די אידישע מיטל מזרח לענדער איז עס פיל שפעטער, אין די צייטן פון די גאונים, און אויך נאר פאר (מוסולעמענישע) מלכים. ערשט מיט בערך פינף הונדערט יאר צוריק האבן די איטאליענער און די פלעמער פאבריצירט און פארשפרייט סאמעטענע סחורה ביי די מאסן. דער אזוי חסידישער “סמעט”, אויף וואס חסידים זאגן דעם ר”ת, ס’ור מ’רע ע’שה ט’וב, איז הייסט עס, אינדיש, אראביש, איטאליש און פלעמיש.
לאמיר נאר זען פון וואס אונזערע חסידישע הוטן זענען געמאכט: סיי די סאמעטענע און סיי די אומסאמעטענע זענען געמאכט פון ביבער שטאף און פילץ. פילץ (געפרעסטע האר) האט טאקע עקזיסטירט בימי חז”ל און פריער, מיטן נאמען “לבד”, אבער נישט פון ביבער נאר פון שאפן וואל. דער ביבער שטאמט פון דער קאלטער אייראפע און צפון אמעריקע, אבער אפילו פון וואלענע לבד, איז נישט מסתבר אז די חזלישע שלייערן זענען געווען געמאכט, לבד איז דאך הארטע שטאף.
א שטריימל ווידער, פאר די װאס ווייסן נישט, דאס איז ממקור געווען א קעניגליכער לבוש פון די רוסישע קיסרים אין די ענדע מיטלאלטער יארן. דער קאפל (דאשעק) אינעם צענטער פונעם שטריימל, איז ארגינעל געווען ארויסגעהויבן, גלייך ווי דער שטריימל וואס מען זעט אויף דער באקאנטער בילד פונעם דריטן לובאוויטשער רבין, אדער ווי עס טראגן אפילו היינט די רוזשינער אייניקלעך, נאר אנשטאט שווארצע סאמעט איז דאס קאפל פון דער צארישער “שטריימל” געווען באקרוינט און באצירט.
די לעגענדע זאגט אז דער שטריימל ביי מזרח אייראפעאישע אידן האט זיך אנגעהויבן דורך א גזירה מיט בערך פינף הונדערט יאר צוריק, אז אידן מוזן טראגן א שוואנץ אויפן קאפ, כדי זיי צו דערנידערן. דאס אז די מלוכות פלעגן ארויפצווינגען ספעציעלע הוטן אויף אידן, דאס איז שוין באַקאַנטע געשיכטע, אבער די שוואנץ מעשה איז נישט אזוי אנגענומען ביי היסטאריקער פון אידישן לבוש, ספעציעל אז מען ווייסט קלאר דער היפוך, אז דער “שוואנץ” איז א קייזערליכער מלבוש, און אריין צווישן אידן איז עס דורך עמטליכע רבנים, און אלס פעסטליכער לבוש, גאנץ א קלארער באווייז אז עס שטאמט אלס א פעסטיוואלער מלבוש דירעקט דורך די מזרח אייראפעאישע גויים, און איז גארנישט אייגנארטיג צו אידן אלס רעזולטאט פון דערנידערונג גזירות.
די מאטעריאל פונעם חסידישן שטריימל, אדער דער פוילישער הויכער שטריימל (ספאדיק, וואס די גערער חסידים טראגן), באשטייט בעיקר פון שווענץ פון סיבירישן סויבל, אדער גרויע פוקסן און מארדערן, די אלע סארטן בעלי חיים זענען ביז לעצטנס בלויז געווען פארשפרייט אין די קאלטע מדינות פון אזיע, אייראפע און אמעריקא, נישט קיין חז”לישע אדער תנ”ך’ישע מדינות. דער “קאפל” אינעם צענטער פונעם שטריימל איז פון ביינוול (וואטע) און זייד. סאמעט ווי געזאגט איז א נאך־חז”ל’ישער דערפינדונג, זייד איז דאך א כינעזישע סחורה, ווערט שוין אביסל דערמאנט אין חז”ל אלס א זעלטענע סחורה, אבער מסתמא נישט אין תנ”ך. סיי ווי האט מען די זייד געוויס נישט געניצט פאר דאס וואס מיר ניצן עס היינט, פאר א שטריימל.
(המשך קומט)