עס איז געקומען א צייט ווען כעמקען איז פשוט נמאס געווארן צו זיין צווישן מענטשן. אפילו אין די שטילסטע שיל וויל ער מער נישט גיין, אומעטום איז אנגעפיקעוועט מיט מענטשן, מיט פאליטיק, עגאאיזם. אפילו מען וויל זיין ריין קען מען נישט, אלעס קומט צוריק צו א חוט פון געזעלשאפטליכע פארדארבנקייט. וואו איז דער אמת’ער תפילה שבלב, די אמת’ע שיל? א שיל איז דאך באמת מעין עולם הבא, אבער אז אומסימפאטישקייט ברעכט איבער פארגייט דאך דער אפעטיט.
צום ערשטן יארצייט פון זיין זעליגן פאטער גייט כעמקע צום בית החיים אויסערן שטאט די פויגל סוויטשען, די פון צייט צו צייט הערט זיך א פליגער, די הארמאטיש שטילע מצבות פון אמאליגע לעבעדיגע, די גראז איבער די לאנג יעריגע מצבות, דאס האט אין אים אריין געבלאזן עפעס א רוח חיים — נישט דער רוח חיים פון השגת גבולים און קינאת סוחרים והישגים, נאר א רוח חיים פון שפירן אז ער דערגרייכט עפעס וואס איז נאנט צו זיין הארץ.
אט, ביי זיין פאטערס מצבה, וואס געפינט זיך נישט ווייט פונעם מיהאלאבער’ס קליינטשיגן אוהל, זאגט ער די תפילות פונעם זאגערל. וויפיל זעט ער טאקע פון די תפילות, ווי די חברה די בר מינן’ס זענען באמת לעבעדיג, תהא נפשו צרורה בצרור החיים… זייער לעבן באלמיטשעט אבער נישט, זיי זענען נישט מבלבל. די חברה האבן שוין אפגעלעבט, שוין צייט פאר ערנסטקייט, לויטערקייט.
א מאדנע מחשבה גנב’עט זיך אריין אין כעמק’ען. ניין ער האט נישט מורא פון טון מאדנע זאכן, א שיל איז זיין לעבנסט גייסט, ווער רעדט נאך פון א שבת אינדערפרי. ער וויל א שיל מיט א מנין, מיט מענטשן, מיט אידישע אידן, אבער נישט מיט די לעבעדיגע, די וואס זענען פארשפארט אין א פליישיגן גוף, און א געזעלשאפטליכע גרופע פון פליישיגע מענטשן.
די קליינע גרופעס אדער יחידים וועלעכע קומען באזוכן זייערע זעליגע קרובים באמערקן לעצטנס דאס האלב געבויטע שטיינערנע געביידעלע. עס זעט אויס ווי די געביידעס אין א פארק. כעמקע האט טאקע פארהאנדלט מיט די אייגנטימער פונעם בית החיים, און פאר א געוויסן סכום האט ער געקריגן א שטיקל שטח ביי דער דרומדיגער זייט פונעם בית החיים.
לא המתים יהללויה, אבער לויט כעמקען זענען דווקא די לעבעדיגע די געפאנגענע אין געזעלשאפטליכע יצרים, די אמת’ע טויטע. כעמקע ברויך נישט רעדן מיט קיינעם דערוועגן, ער גרייט זיך דעם ערשטן פרייטאג צונאכטס צו גיין אין שיל אריין, מיט א דערהויבענער שבת’דיגער שטימונג. נאך א מקווה טוט ער אן דעם שטריימל און בעקיטשע, ער גייט אין שיל, אלע אידן שטראמען צו די לאקאלע שילן, כעמקע רופט עס די בתי הפוליטיקאים, און ער כעמקע שטראמט גאנץ ערגעץ אנדערש.
מיט א פרייטיג צו נאכטס שטימונג מאכט כעמקע אויף די טיר פונעם שיל, מיט א היימישן שבת’דיגן געשמאק גייט ער צום עמוד, די ליכט און טישן זענען שוין צוגעגרייט פון אינדערפרי, כעמקע האט אלעס צוגעגרייט ביי שחרית. צו ערשט לאדט ער איין 25 בית החיים אידן, ער וואלט איינגעלאדן מער אבער די שילעכל פארנעמט נישט מער ארט. מיט א געשמאק גייט ער צו צום עמוד. אזא דאווענען, אזא שבת’דיגקייט!
גוט שבת גוט שבת, רופט ער אויס צו זיינע נייע מתפללים, אזא מנוחת הנפש, נאכן גוט שבת זאגן גרייט מען זיך צו דער סעודה מיט די מתפללים. וואס פארא תענוג רוחני! אלעס אלעס ווערט דא געטון, קריאת התורה, מי שברך’ס, כעמקע מאכט קידוש מיטן טלית. אן עונג רוחני מיט מאכלי שבת.
כעמקע פארגעסט נישט פון די מתפללים וואס האבן אים אזא מנוחת הנפש געברענגט, ער זאגט תורה. ער ווינטשט זיי, איז זיי מחזק אין וואו אימער וועלעכע היכל זיי זענען. ווינטש די גיהינום ליידנדיקע באפרייט צו ווערן בקרוב, ער בעט די אנוועזנדע מתפלל צו זיין, פאר די גן אידן רעדט ער ארום גדולת הגן עדן.
כעמקע שפירט אז אלע דא זענען צופרידן, אפילו די ווייבער איבער די מחיצה, צווישן זיי א יונגער פרוי, ביים גוט שבת זאגן צום מחיצה מיט אראפ געקוקטע אויגן זאגט ער איר, צו גיטל, וואס פאר א לעכטיגע קינדער זי האט איבערגעלאזט, גיטל וועט מיט דער נייער שיל האבן א פענסטערל צו איר פארגאנענהייט, זי וועט נישט זיין אליינס.
כעמקעס וואונדערליכע מנוחה אין דער רואיגער דימענסיע איז אבער אמאל אויך צעשטערט געווארן. איינמאל, אין אן אנהייב ווינטערדיגן שבת, אינמיטן לכה דודי הערט זיך א קלאפ ביי די טיר, „נו נו!‟ שרייט כעמקע אויס מיטן פנים צום עמוד, ביז א מינוט שפעטער באווייזט זיך פאר כעמקען זיין ברודער נחמן.
„ביסטו פאררוקט, כעמקע? וואס איז מיט דיר געשען? א בית המידרש אין בית הקברות?‟
כעמקע מירמלט אונטער מיט א שטילער איינגעהאלטענער כעס: „מאך מיר דא נישט קיין בושות פארן ציבור יעצט, מען וועט רעדן שפעטער.‟
„וואס בושות? ווען בושות? א דזשוק איז דיר אריין אין קאפ! דאווענען מיט נישט־לעבעדיגע, אין א בית החיים איז דא א רוח טמאה, מיט שדים דאוונסטו!‟
„נו… נו…‟ צעשרייט זיך כעמקע, נישט קענענדיג זיך איינהאלטן מער פאר די מתפללים, ער שטופט מיט כעס ארויס נחמן’ען פון שיל.
דאס איז גראדע געווען פון די גאר זעלטענע ערשיינונגען אז א גופניותדיגע מענטש זאל דא קומען. כעמקע האט דאך אזיינס נישט געברויכט, געווען גראדע נאך איין פאל, ווען אן עלנטער אידל איז פונקט דורכגעגאַן דעם צרור החיים שטיבל, ווייזט אויס ער האט געהאט יארצייט אום שבת. האט יענער אנגעקלאפט און געבעטן כעמקען פשר הדבר, ער האט זיך געוואלט מצטרף זיין. כעמקע האט אבער נישט געוואלט מקבל זיין א גופניתדיגער מענטש. עס האט נישט געהאלפן יענעם’ס טענה אז אויך ער כעמקע איז אין זיין גוף, און יענער האט געמוזט צוריקגיין צו די בתי הפאליטיקער.
אזוי האט כעמקע ממשיך געווען פירן אליינס זיין קרעמל צרור החיים’ניקעס.
שלוש סעודות, איז רעווא דרעווין דיג. כעמקע איז נישט קיין נאר, ער פרעגט זיך קשיות. אין א סוף זומערדיגער שבת נאכמיטאג זיצנדיג אין שיל גיט זיך כעמקע א מינוט א פארקלער, אט די אלע מנהגים זענען דאך געשטעלט פון מענטשן פאר מענטשן, וויאזוי איז דאס אז דווקא אן די לעבעדיגע ארבעט עס די בעסטע? אלא מאי, עס מוז זיין אז לעבעדיגע פארמאגן גוטס, נאר געזעלשאפטליכער אומגלייכגעוויכט פארדארבט.
א יאר איז אריבער, כעמקען איז קאלעמוטנע אויפן הארץ, ביי די שקיעה איין זומערדיגן שבת ביינאכט קלערט ער צו זיך אומעטיג, עס איז דאך מיט די לעבעדיגע דא גאנץ אומעטיק. „איך מיין איך וועל צוריק צו די טויטע פאליטיקער, ווי איידער דא מיט די לעבעדיגע צרור החיים’ניקעס.‟
כעמקע פארלאזט די שיל וואו ער האט פארברענגט איבער א יאר. ער פארלאזט די קהילה און אפילו גיטלען, מורמלט א פאר איבערבעטונגס ווערטער און לויפט צו די בתי פוליטיקער. דער יצר הפאליטיק האט געוואונען.