איך בין א קנאפער מומחה אין ביימער. איך האב הנאה פון שיינע ביימער, איך לייג אבער נישט צו קיין קאפ צו דערקענען די שטריכן פון די פארשידענע מינים ביימער.
אויפגעוואקסן בין איך אין די קאלטע צפונדיקע מדינות: ניו יארק, ענגלאנד, בעלגיע און קאנאדע. ווען איך בין צום ערשטן מאל געקומען קיין ארץ ישראל איז מיין בליק באלד געפאלן אויף דעם “טייטלבוים”, אדער ריכטיגער — דעם פאלמענבוים. דאס איז שוין יא א בוים מיט א כאראקטער, עס איז אזוי אנדערש פון אלע אנדערע ביימער, א גראדער הויכער שטאם אן צווייגן, מיט אינטרעסאנטע סיסטעמאטישע שיכטן טיילמאל ענדליך צו אן אנאנאס, מיט א קרוין ביים שפיץ, ווי פון „גרינע פעדערן‟. דער סארט בוים פלעג איך נאר זען אין די קינדערביכער וועלעכע מאלן אפ די געשעענישן פון חומש. צו זען דעם לעגענדארן בוים לעבעדיג איז געווען א ספעציעלער איבערלעבעניש.
מיט דער צייט האב איך פארשטאנען אז א טייטלבוים איז דער סימבאל פון א ווארימען לאנד. איך האב מיך אויך אויסגעלערנט אז נישט יעדער בוים אן צווייגן און מיט גרויסע בלעטער ארום און ארום ביים שפיץ איז טאקע א טייטלבוים. דעם טעות האב איך גענומען פון דעם סאטמארן לאגא.
ווי באקאנט איז דער נאמען פון די סאטמארער רבי’ס “טייטלבוים”. די חסידים וועלעכע האבן צוערשט געמאלן דעם לאגא האבן, ווייזט אויס, נישט געוואוסט דעם אונטערשייד צווישן דעם ספעציפישן טייטלבוים און דעם מער אלגעמיינעם פאלמענבוים, אזוי אז דער “טייטלבוים” פון דער סאטמארער סימבאל קען האבן דעם פארעם פון כל מיני פאלמענביימער, אריינגערעכנט אזעלכע סארטן וועלעכע זענען היפש ווייט פון דעם ווי עס זעט אויס א טייטלבוים. דאס איז ווארשיינליך אויכעט די סיבה פארוואס די באקאנטע שטרימפ וואס די סאטמארער פרויען טראגן, ווערט אנגערופן “פאלם שטרימפ” אלס איבערטייטש פון “טייטלבוים שטרימפ”. די חסידים האבן, ווייזט אויס, נישט געוואוסט די אונטערשיידן צווישן א ספעציפישן טייטלבוים און דער אלגעמיינער פאלם משפחה.
פארנדיג מיטן אויטא צום ערשטן מאל פון די צפון אמעריקאנער שטאטן צו די דרום’דיגע, זעענדיג די ערשטע פאלמענביימער מיט די גרינע קריינדלעך אין די הייכן אונטער דעם העל בלויען הימל, בין איך פשוט ווי פארשיכורט געווארן. עס איז א סימן אז מען האט דערגרייכט די טויערן צום ווארימען עקזאטישן דרום. איך וויל כמעט קושן די ערד פאר שמחה, עס שפירט פאר א וויילע ווי מע האט דערגרייכט די טויערן פון גן עדן, מען קומט אריין אין א צווייטער מציאות.
דער פאלמענבוים וואס שטייט פאר מיין פענסטער דערמאנט מיר זייער קלאר אז איך געפין זיך אין אן אנדערער קלימאט פון וואו איך בין אויפגעוואקסן אלע יארן, דאס איז דער סוב טראפישער קלימאט.
אט דער לעגענדארער בוים וואס ביז יעצט פלעג איך אים זען נאר אויף רעקלאמעס פון קאריבישע אינזלען, די בייגעוודיקע פאלמעס אויף די גאלדענע ברעגן זאמד אונטערן נאקעטן שארף בלויען הימל, ווי שירעמעס איבער דרויסנדיגע זומער רעסטאראנען, אט די ביימער שטייען איצט פאר מיין פענסטער.
איך האב מיך ממש פארליבט אין דעם בוים. יעדעס מאל וואס איך גיי עס דורך באטאפ איך אים, עס שפירט זיך פאר מיר עפעס נישט עכט, עפעס פון אונטער דעם סמבטיון, פון יענער וועלט, פון פאנטאזיע ביכער.
אין ביבלישן לשון ווערט א פאלמענבוים אנגערופן “דקל”. עס קלינגט ענדליך צו “דגל” — א פאן. אפשר איז דאס אזוי ווייל גלייך ווי א פאן, איז דער פאלמענבוים ווי א שטאנג מיטן אינהאלט ביים שפיץ.
דער דקל, דער פאלם, איז א גאר חשוב’ער בוים אין א סך קולטורן, אריינגערעכנט דער יידישער. דאס איז דערפאר ווייל יעדער חלק פון פאלם קען מען ניצן: די האלץ, די בלעטער, די פירות (וואס האבן וואונדערליכע היילונגס מיטלען). אויכעט דער קאקוסנוס וואקסט אויף א פאלמענבוים, און פארשטייט זיך, די באקאנטע “פאלם אויל” און “פאלם וואקס”.
דער פאלמענבוים פון תנ”ך איז דער “טייטלבוים”. טאמער איז דער צעדערבוים דער קעניג פון די ביבלישע ביימער, איז דער טייטלבוים די קעניגין פון די ביבלישע ביימער. אן ערליכער מענטש ווערט אין תהילים ציגעגליכן צו א צעדער און א טייטלבוים: „א צדיק וועט ווי א טייטלבוים בליען, און ווי א צעדער אין לבנון שפראצן”. דער תמר איז איינע פון די זיבן אויסדערוויילטע פירות פון ארץ ישראל, און זיינע בלעטער ווערן געניצט לכבוד סוכות.
אויכעט ביי די קריסטן און מוסלעמענער, אפשטאמיגע פון די ביבלישע לענדער, איז דער תמר — טייטלבוים — א קוואל פון קולטור. די קריסטן ניצן טייטלבלעטער פאר פאסחא (איסטער) באצירונגען. די קאראן פארגלייכט אן ערליכן מוסלומענער צו א טייטל, און אויף וואס פאסט א מוסלימענער אויס אום ראמאדאן? טאקע מיט א טייטל, אזוי האט זיך מוכאמאד געפירט.
א שיין אראביש ווערטל גייט אזוי: דער טייטלבוים, זיין פיס איז אין וואסער, זיין קאפ איז אין פייער!
די אלטע עגיפטער האבן געגלויבט אז דער פאלמענבוים פארמאגט ספעציעלע היילונגס קראפטן, און מיסטישע כוחות. עס פלעגט זיין איינגעפירט זיך צו באהענגען מיט פאלמענבלעטער, און צו באשמירן די מתים מיט פאלם אויל פאר א גרינגן וועג צום עולם הבא.
אויך קאבאליסטן האבן פארוויקלט דעם פאלמענבוים מיט מיסטישע סודות, ספעציעל דעם ביבלישן טייטלבוים, רעדנדיג פון דעם “נקבה” טייטלבוים, וואס גיט די פירות, און דעם “זכר” וואס גיט די בלי שטויב. וואס דארף מען מער אז די נביאה’טע דבורה פלעגט זאגן נביאות אונטער א טייטלבוים.