לייענענדיג דעם עדיטאריאל פון אונזער חשובע רעדאקטארשע, שרה־רחל שעכטער, ווי זי בענקט צוריק צו די אמאליגע סעקולערע יידן, האב איך זיך אויך פארבענקט נאך די סארט יידישיסטן וואס האבן געקענט דאס אמאליקע און דאס היינטיקע חסידישע לעבן. זיי זענען טאקע געווען די יידן פֿאר וועמען מענדעלע מוכר ספרים, שלום עליכם און יצחק באשעוויס האָבן געשריבן. פאר זיי האט מען געשפילט די אמאליגע יידישע פילמען און פיעסעס.
געהאט האבן זיי א ״יידישען טעם״, א טעם זקנים, געקענט גמרא און יידישע פקחות, פארשטאנען יעדע לשון קודשדיקע מליצה, גערעדט יידיש מיט א חן, געוואוסט האבן זיי פון ״דעם יידישן גאט״, און איך בין זיכער אז זיי האבן געגלייבט אין אים. ווען נישט וואלטן זיי געווארן פאלנע גוים.
די אמאליגע משכיל׳ישע יידן האבן טאקע געלאכט פון מיין לעבנס שטייגער, אבער געמאכט חוזק מיט א געשמאקן ״טעם״. א גוט ווערטל פון א ״משכיל״ האט געטראפען אין פינטעל. ווען מען האט זיי געענטפערט צו דער זאך, האבן די משכילים מיטגעלאכט. היינט איז אזא סארט סעקולערע ייד נישט דא, זיי זענען פשוט אינטערגעגאנגען.
עס זענען דא די וואס באשולדיגן דערין ״היטלער ימח שמו״, וויבאלד ער האט אויסגעראטען א דריטעל פון כלל ישראל, האט ער דערמיט אונטערגעברענגט די גאנצע ״סעקולערע יידישע וועלט״. איך האלט נישט אזוי, ער האט דאך פונקט אזוי אונטערגעברענגט חסידים און זייערע רבי׳ס, גאנצע חסידישע הויפן און זייערע אינסטיטוציעס זענען פארברענט געווארן, די חסידים האבן באוויזען צוריק אויפבויען זיך פון גארנישט, אבער די סעקולערע יידן — נישט! פארוואס? ווייל ווען מען דערווייטערט זיך פון גלויבן אין גאט, נעמט נישט צו לאנג ביז מען פארגעסט וואו מען געהערט, אויב נישט דער טאטע, דעמאלטס די קינדער, אדער די אייניקעלעך.
איך האב אויסגעהערט דעם גאנצן סדר פון יונה גאטעסמאן, עס איז פשוט צעגאנגען ביי מיר פון זיסקייט, עס ליגט אים א ״יידיש״ [לשון קודש] ווארט גוט אין מויל! ס’איז א מחיה צו הערן ווי ער זאגט די הגדה מיטן אלטן יידישן טעם. איז דען דא היינט איין סעקולערער ייד וואס זאגט אזוי געשמאק הגדה ווי ר׳ יונה?
מרת שרה רחל פרעגט: וואָס איז דער שׂכל פֿון מאַכן ברכות און דורכפֿירן רעליגיעזע ריטואַלן ווען מע גלייבט אַליין נישט אין דעם? איז דאָס נישט אַ מין נישט־אויסגעהאַלטנקייט? איך מוז מודה זיין אז עס האט מיך בארירט די תשובה פון איר טאטע, אז ער טוט עס „צוליב אײַך!‟.
איך וועל אריינלערנען מיין אייגענעם פשט אין זיינע ווערטער, מיט א טייטש פונעם גרויסן בעל שם טוב זצ״ל. גאט פרעגט: פארוואס האב איך ליב אברהם אבינו? ״כי ידעתיו למען אשר יצוה את בניו ואת ביתו אחריו ושמרו דרך השם״ (בראשית יח, יט) ווייל ער באפעלט זיינע קינדער נאך אים, היט דעם וועג פון השם.
זאגט דער בעל שם טוב פשט אזוי: ווען א גרויסער סוחר וועט זאגן אין זיין לעצטע צוואה פאר זיינע קינדער: ״איך האב טאקע געהאט אן אויסערגעוויינטלעכע הצלחה און געמאכט א סך געלט אין מיין לעבן, אבער איך בעט אייך, מיינע טייערע, מאכט מיך נישט נאך, ווייל אזא סארט ארבעט קומט אן זייער שווער מיט א סך הארעוואניע״, וועט מען דערפון פארשטיין, אז ער האט חרטה וואס ער האט אזוי שווער געארבעט, ווייל עס איז פארשטענדליך אז פאר די קינדער לאזט מען אין דער צוואה די בעסטע וואס מען וויל פאר זיי. אויב אבער ער שרייבט אין זיין צוואה: ״מיינע קינדער, גייט אין מיינע פיסטריט, פירט אייך ווי איך האב זיך געפירט״, דאן איז צו זען דערפון, אז ער איז צופרידן מיט זיין לעבן, ער וויל גיבן פאר זיינע קינדער דאס בעסטע וואס ער האט. יעצט, וויבאלד מען זעט אברהם אבינו לערנט זיינע דורות שפעטער, צו האבן אמונה אין גאט, איז א סימן אז ער האט ליב זיין גאט, ער זעט דערין הצלחה אינעם לעבן, דערפאר לאזט ער די צוואה אז יעדער זאל אים נאכטון.
א ייד האט א פינטעלע וואס בושעוועט, עס דערמאנט אים אז עס איז דא א גאט, די גאנצע וועלט שרייט אויס אז איינער האט זי באשאפען, אנדערש קען מען נישט פארשטיין פון וואנען עס קומט אזויפיל חכמה אין די וועלט. וויפיל מען זאל אפמאכן ביי זיך אז ״איך בין אן אטעאיסט״, וועט זיך דאך אויפוועקן דאס ״פינטעלע אמונה״. דער יידישער פונק ברענט אין טיפעניש פון הארץ. עס ווארט אויף די ריכטיגע מינוט עס זאל זיך אנצינדען.
יא, די אמאליגע נישט־גלויביגע יידן האָבן געהאט טענות צו גאט, אדער זענען געווען אין כעס אויף וואס גאט האט געטון. זיי האבן געזאגט אז זיי גלייבן נישט, אבער א ייד בלייבט א ייד, זיין גלויבן איז איינגעקריצט אין טיפניש פון זיין נשמה, ער קען עס נישט אויסמעקן. וויפיל מען זאל נישט פרואוון אויסלעשען דאס פייער, צינדט זיך עס צוריק אן. טאקע דערפאר האבן זיי געמאכט אזא שיינעם ״סדר״ פסח ביינאכט, דערפאר האבן זיי געמאכט א ברכה און קידוש יעדע פרייטאג צו נאכטס, ווייל דאס איז די בעסטע וואס זיי קענען לערנען פאר זייערע קינדער. יא צוליב סתירות׳דיגע פראגעס, מוזן זיי זאגן ״איך גלייב נישט״, אבער אין תוך אריין, וויל ער יא זיינע קינדער זאלן האבן אמונה, ווי ער האט געזאגט: איך פיר זיך אויף ווי א ייד — צוליב אייך!
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.