דעם ארטיקל שרייב איך בלויז צו די וואס זענען באקאנט מיט דעם וואס עס מיינט „אן אמעריקאנער תפיסה”, אויב האט איר קיינמאל נישט באזוכט א תפיסה, וועט איר נישט פארשטיין.
אלס א ייד וואס ס׳טוט מיר וויי ווען א צווייטער איז אין צער, גיי איך אמאל באזוכען יידן אין דער תפיסה אין ניו יארק, איך וויל האבן מיטלייד. תפיסה איז א שרעקליך פלאץ, דער מענטש ווערט דערנידערט ערגער ווי א חיה, ער איז נישט א מענטש נאר א נומער, ער פארלירט זיין זעלבסט ווירדע. פארגעסט פון ליכטקייט.
ביי איינע פון מיינע באזוכן אין תפיסה, האט דער ייד וואס זיצט אין תפיסה זיך נישט גענוג שנעל צוגעאיילט צוריק אין זיין צעל, עס האט אים וויי געטון די פיס איז ער געגאגנען פאמעלעך, דער פאליציי האט אים געיאגט, האב איך געזען פונדערווייטענס ווי מיט זיינע גרויסע לאבעס גיט ער א בריקע, א שטויס, אויפן אונטערשטן חלק פונעם תפיסה־זיצער. ווען עס האט נישט געהאלפן, גיט ער אים נאכאמאל א זעץ, א דריטן און א פערטן, אזוי שטופט ער אים אריין אין צעל, בשעת יענער וואקלט זיך פאר יסורים. האב איך געפרעגט דעם היטער, פארוואס טוסטו דאס? דו ווייסט דאך ער האט א פיס ווייטאג. ער האט געקוקט אין מיינע אויגן און קורץ געענטפערט: זאלסט וויסן, ווער עס זיצט דא איז נישט קיין גוטער מענטש!.
איך פרוביר אייביג צו פארשטיין פארוואס זאל איינער זיצען אין תפיסה, איך קען זיך נישט דערטראכטן פארוואס. אלס א געטרייער אמעריקאנער בירגער נעם איך אן אלע געזעצען פון מיין לאנד, אויב די רעגירונג, פעדעראלע צו לאקאלע, מאכט אפ אז עס קומט תפיסה פאר א זינד, און איינער ווערט פאר׳משפט, יושר׳דיג, הונדערט פראצענט לויט דעם געזעץ, וועל איך זיך בייגן דעם קאפ דערצו.
אבער לויט מיין פארשטאנד טרעף איך נישט קיין בארעכטוגונג דערצו. ווען מען האט צו טון מיט א מערדער, וואס איז נעבעך קראנק אויף די שרעקליכע מידה פון רציחה, צי א גנב וואס הערט נישט אויף צו גנב׳נען, צי איז איינער א נישט־נארמאלער מענטש — ער טוט די עבירה נאכאמאל און נאכאמאל, אזא איינער איז א סכנה פאר דער מענטשהייט, עס איז פארשטענדליך אז מען מוז אים איינשפארן אין א צוגעמאכטער שטוב. ס׳קומט אים אבער נאך אלץ מינימאלע מענטשליכע באדינונגען, נישט זיין ארומגענומען מיט רשעות׳דיגע פאליציי! מען דארף מעסטן זיין עסן און טרינקן, לויט א מאס.
אבער אין אן אנדער פֿאל: אויב איינער האט געמאכט א פארדריסליכן טעות, צי נישט געקענט באהערשן זיין יצר הרע און האט עובר געווען א זינד אבער ער איז אין תוך א נארמאלער מענטש, וואס דריקט אויס זיין חרטה געפיל, און פירט זיך לויט די מענטשליכע געזעצען, פארשטיי איך נישט פאר וואס ער זאל זיצן לאנגע יארן אין תפיסה.
לויט דער הלכה איז אויך אזוי. אויב איינער באגייט א זינד, ווי גרויס עס זאל נישט זיין איז נישטא אזא זאך מע זאל אים אריינזעצען אין תפיסה אפילו פאר איין מינוט. נאר אויב מען ווייסט אז ער איז א סכנה פאר די מענטשהייט, אדער ער שטייט פאר א משפט, און מען האט מורא אז ער וועט אנטלויפן פארן משפט, דעמאלט וועט מען אים יא באוואכן „אויף דערווייל”. נאכן משפט עקסיסטירט בכלל נישט אזא זאך ווי „תפיסה”. איז ער שולדיג געלט, מוז ער באצאלן. האט ער געטון א שוידערליכע זאך, אדער אפילו א קליינע זינד, דארף מען אים געבן זיין פארדינטע שטראף. אבער איינשפארן א מענטש 25 יאר לאנג ווייל ער האט געגנבעט? פארוואס? וואס וועט מען האבן דערפון? איז דאס נישט א קינדישע „נקמה אקט”? וועט דאס פארריכטען דעם פעלער?
דאס איז געזאגט אפילו סתם אזוי ווען מען שפארט אים איין אין זיין הויז, מיט אלע באקוועמליכקייטן, אבער אין א תפיסה צוזאמען מיט מערדער, וואס זענען אים גרייט צו הרג׳ענען, אדער צו׳מזיקין יעדע מינוט, אן קיין מענטשליך געפיל? דאס איז אין מיינע אויגן נישט בארעכטיגט.
ווער שמועסט נאך, וואס פאר א שרעקליכע געשעניש עס ווערט אפגעטון אפענערהייט דורך די היטער אין די תפיסה קעגן די ארעסטאנטן, דאס איז אומבאשרייבלעך. די תפיסות זענען געבויט אויף אנגענומע מיינונגען פון עטליכע טויזענט יאר צוריק, ווען די וועלט האט נישט געטראכט פון מענטשליכע געפילן, נאר וועגן „נקמה” און פארגיסן בלוט. וואס מער מען האט געקענט פארגיסן בלוט, אלץ א גרעסער העלד איז מען געווען. אין די היינטיגע ליבעראלע וועלט, ווי מען פארשטייט יעדען איינם, מען נעמט אן אלע סארט תירוצים פאר שלעכטע אויפפירונגען, מעג מען שוין אננעמען אן אנדערן צוגאנג צו שטראף.
דאס איז געזאגט געווארן פאר איינעם וואס עס איז אויפגעצייגט געווארן זיין שולד, ווי דער הימל איז קלאר און בלוי. עס איז אבער א „סוד פאר גאנץ בראד”, אז עס עקזיסטירט אומרעכט און פיינטשאפט צום יידישן פאלק איבעראל, ווי שטארק מען פרובירט עס אראפ קוועטשן, ווערן אידן באקריוודעט צוליב רעליגיע און יידישקייט, אדער סתם אזוי צוליב דעם כלל פון „עשו שונא ליעקב”, מען לייגט אויף זיי ארויף בילבולים, און דאס שליידערט אריין אידן אין ביטערע תפיסות. דאס איז אין דער גאנצער וועלט און אין אמעריקע אויך, איז שוין געקומען די צייט, צו פארמירן און באנייען די גאנצע תפיסה סיסטעם מיט נייע געזעצען, וואס זאלן זיך צופאסן צו דער מאדערנער וועלט.
טאקע דערפאר האב זיך אזוי געפרייט ווען ר׳ שלום מרדכי רובאשקין איז ארויס פריי!
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.