די ערשטע טעג פון יום טוב סוכות ביי חסידים אין ברוקלין איז אריבער ווי יעדעס יאר, דערהויבן, געפראוועט ביי רבי׳ס, מיט דער משפחה, ביי דער קהילה.
א דורכנשיטליכע חסידישע פרוי וואס האט א משפחה פון 10 קינדער אדער מער, בלי עין הרע, די עלטסטע איז 25—30 און די יינגסטע איז 5—8, זיי וועלן זיך גרייטן צום יום טוב עטליכע וואכן פאר דעם.
אויב איז זי א בעל הבית/טע וואס האט ליב צו זיין מיט „א מינוט פריער‟ איידער א מינוט שפעטער, דאס ווערט גערופען ביי חסידים „אן אשת חיל”, וועט זי גרייטן דאס עסן שוין אינמיטן זומער. צום ביישפיל א סך וועלן מאכן די ״שמחת תורה קרויט״ אינמיטן זומער, און עס לייגן אין פריזער, עס זאל זיין גרייט אויף די ריכטיגע מינוט.
א טאג נאך יום כיפור וועט די מאמע אויסרעכענען וויפיל גרויסע און קליינע חלות וועט זי דארפען אויף יום טוב, ווער פון אירע גרויסע קינדער וועלן קומען עסן ביי איר — און פארגעסט נישט אז יעדע משפחה דארף כאטש 2 חלות פאר לחם משנה, חוץ פאר די קליינע קינדער, און וויפיל פארציעס פיש פעלט אויס פאר דעם יום טוב. אויב וועט ביי יעדער סעודה פון יום טוב זיין 6 דערוואקסענע: צום ביישפיל — טאטע מאמע, די 2 יונגע פארלעך מאן און ווייב, 3 גרויסע בחורים און 1 גרויס מיידל; דאס הייסט 10 פארציעס פיש א סעודה, איצט מאכט אליין א חשבון: 6 סעודות פאר די ערשטע טעג, דאס הייסט אז די מאמע שטעלט צו פאר די ערשטע 3 טעג יום טוב [ווייל דאס מאל פראוועט מען 2 טעג יום טוב און דערנאך שבת] גאנצע 60 פארציעס סעודות פיש. חוץ זופ, פלייש אאז״וו. און אויף אלע צוגעהערן ארום דעם עסן, ווי גוטע קוכנס און געטראנקען.
און וועלכע אידישע משפחה האט נישט קיין געסט אויף יום טוב? אדער אפילו אויף א סעודה אדער 2? דאן קומט צו נאך פארציעס.
די מאמע וועט זיין גרייט אויף יעדער סעודה אן אנדערע סארט פלייש, און צוגעהערן צו די פלייש, הינדל (טשיקן), אינדיק (טורקי), בהמה פלייש און אזוי ווייטער.
א טאג אדער 2 טאג פאר יום טוב וועט די מאמע אדער א גרויס מיידל איינקויפן פון אלעם גוטען לכבוד יום טוב. אנגרייטן עסן פאר גאנצע 8 טעג.
ערב יום טוב איז שוין די מאמע אויף די פיס פון 4 פארטאגס. אפילו די מענער גייען נישט ארבייטן בדרך כלל ערב יום טוב סוכות. די ווייבער און גרויסע מיידלעך זענען פארנומען מיטן הויז, מען קאכט, מען באקט, מען רוימט די שטוב. א נארמאלע גרויסע הויז פון חסידים האט אן ערך 7 — 8 שטיבער, וואס האט צום ווייניגסטן 3 שלאף צימערן, אין יעדע שטוב איז דא כאטש 2 אדער 4 בעטן, אלע בעטן ווערן איבערגעפרישט, די מאמע דארף האבן „אלע וועש” פארטיג געוואשן און געביגלט (אויסגעפרעסט) אויף יום טוב, ווייל לויט דער הלכה טאר מען נישט אויסוואשען קיין וועש א גאנץ חול המועד, נאר אויב מען האט נישט אויף יום טוב קיין וועש. דער עס צימער דארף בלייבן ריין אפילו מען עסט נישט דערין, ווייל מען עסט דאך אין די סוכה. די סוכה אליין דארף ווערן פארענדיגט מיט די שיינע שטערן, נוי סוכה, שיינע בלומען, שטערן, אויף די ווענט און אויפן סוכה דאך.
אויך האט דער טאטע שוין געקויפט פרוכט און אויפגעהאנגען אין דער סוכה, א איד וועט הענגען אויפן דאך פון סוכה אלעס וואס אידן זענען געגליכן דערצו ווי וואסער, בוימאייל, וויין, מעל, האניג. און עפל, טרויבן און אנדערע גוטע פרוכטן. מען האט שוין מסדר געווען דערין א טיש מיט בענקליך, אנגערייט דעם טיש עס זאל זיין יום טוב׳דיג, עטליכע בעטן צום שלאפען, א לייכטער פאר צינדן ליכט, די חלות, און אלע צוגעהערן אויף א שבת — יום טוב טיש.
דער טאטע איז פארנומען מיט וואס ער קען צו העלפן, ער גייט נאכאמאל אין גראסערי איינקויפן די לעצטע זאכן פאר יום טוב און שבת מאכן אן עירוב תבשילין כדי צו קענען קאכן יום טוב אויף שבת, און אכטונג געבן אויף די קליינע קינדער און אייניקלעך, אויב זיי שטערן. אויך וועט ער העלפן די מאמע מיט וואס ער קען אין קיך: פוצען די לייכטער, אנגרייטן ליכט, איינקויפן וויין, בראנפען, ליטעראטור צו לייענען פאר דער משפחה, פוצען די שיך פאר זיך און פאר די קינדער, און נאך.
אן עקסטער „עבודה” האט דער טאטע ערב סוכות: צונויפקניפן דעם לולב און אתרוג, צוגרייטן די 4 מינים, מיט די קיישעלעך, 3 קניפן, און ארומנעמען מיט א פרישע נאסע שמאטע אז די הייליגע לולב און אתרוג זאלן זיין פריש מארגן צופרי.
אינמיטן די גאנצע מהומה, וועט אריין לויפן א יונג ווייבעל אדער איר יונגער מאן צו זיין מאמע און בעטן א פארציע פיש, א בולקע אדער א גוט שטיקל פלייש, ווייל זיי עסן היינט ביי זיך אין זייער קליינעם סוכה׳לע, און מען איז נישט אנגעקומען מיט אלע עסן צוגרייטן, וועלן זיי עס זייערע עלטערן גערן געבן.
די מאשינען אויף די גאסן פייפען ווייל יעדער איילט זיך. ווען איר שטעלט אפ א איד אין וויליאמסבורג אדער בארא פארק ערב יום טוב, וועט ער בדרך כלל נישט האבן קיין איין מינוט צייט.
יעדער איד ערב יום טוב גייט אין מיקוה ווייל די הלכה אין דער גמרא און אין שולחן ערוך איז: חייב אדם לטהר עצמו ברגל, אפילו אויב א גאנץ יאהר וועט ער נישט גיין אין מיקוה דארף מען גיין ערב יום טוב.
ווי זינגט יום טוב עהרליך, דער באקאנטער חסידישער זינגער אין זיין ליד „וויליאמסבורג”:
אין דער מקוה פון בעגינען — קען מען אידן שוין געפינען
עס דוכט זיך אז זיי זיצען דארט כסדר
איינער האלט זיך אין איין וואשען — איינער האלט זיך אין איין ווישן
און איינער זוכט זיך שטענדיג ארום די קליידער.
און פון מקוה נעמט מען לויפן, דורך די גאסן דורך די הויפן…
די אנגעצויגנקייט אין שטארק. די מאמע פילט א דרוק אז אלעס זאל געלינגען. דער טאטע פילט א דרוק פון וואס די מאמע איז אונטער א דרוק. די מאמע וועט צואיילן און אנזאגן וואס עס פעלט נאך, און די קינדער וועלן עס מוזען פארשטיין. די מינוטען לויפן א סך שנעלער ווי מען וויל, מען איז נאך נישט אנגעקומען מיט אלעס אבער דער זמן רוקט זיך ביז עס פייפט דער „יום טוב פייפער” און עס ווערט דער זמן פון ליכט צינדן.
אין דער מינוט וואס עס ווערט דער זמן פון יום טוב, טוישט זיך די אטמאספערע אין שטוב, און אויף דער גאס. פון די אנגעצוינגקייט ווערט יעצט א שמחת החיים א שמחת הנפש וואס מען קען נישט אויסמאלן.
די מאמע שטייט שוין מיט איר יידישער פראכט, מיט א ווייס שירצעל, צינדט די ליכט לכבוד יום טוב, לייגט ארויף די הענט אויף די אויגן זי מאכט א ברכה און עס גיסט זיך א טרער פון אירע אויגן, זי טוט תפלה צו גאט, אז אירע קינדער זאלן וואקסן פונקט ווי זי וויל, זיי זאלן אויך זיין א חסידישע בעל הביתטע מיט אלע מעלות וואס עס קומט דערמיט. אירע זין זאלן זיצען און לערנען תורה און זיין גאט פארכטיגע לייט.
דערנאך וועט זיך די מאמע אפרוען פון איר שווערער ארבעט, זיצען רואיג אויפן דיוואן און לייענען א בוך אדער שמועסן מיט די קינדער.
ברוך השם מען טאר נישט רעדן און קוקען אויפן סעלפאון! ברוך השם מען זיצט רואיג פאר א שעה 2! ביז דער טאטע קומט אהיים, ברוך השם אז די געשעפטען זענען צוגעמאכט, מען קען שוין גארנישט יעצט קויפן! אלעס איז שוין פארטיג! ברוך השם אז מען קען נישט פארן מיט קיין קאר! נאר זיין רואיג אין שטוב.
דער טאטע טוט זיך אן די שבתדיגע בגדים, א זיידענע בעקיטשע, א שטריימל אויפן קאפ, נעמט די קינדער מיט זיך און מען שפאנט אין שיל אריין!
די ערשטע נאכט סוכות וועט מען זיך אהיים איילן, מען וועט נישט בלייבן שמועסן אין שול, מען וועט בדרך כלל נישט גיין באזוכען קיינעם, ווייל יעדער וויל מקיים זיין די מצוה, עסן די ערשטע נאכט סוכות אין די סוכה.
א חסיד וועט זיצען אין די סעודה יעדע מינוט ווען ער קען, ער וועט עסן דארט, טרינקען דארט, שמועסן דארט, פארברענגען דארט, שלאפן דארט.
די ערשטע נאכט סוכות שיינט די סוכה ווי א הערליכע פלאץ, עס איז באצירט מיט שיינע נוי סוכה, עס איז ליכטיג אין דעם סוכה ווי אין א פרעכטיגע זאל, די טיש איז אנגרייט מיט אלעס גוטס, די מאמע און אלע קינדער, גרויסע און קליינע, אייניקלעך און געסט, אלעס שטייט ארום דעם טיש און מען ווארט מיט שמחה אויף „קידוש”.
די מענער זאגן דעם יהי רצון פארן עסן, דאס איז א ספעציעלע תפילה ווי מען בעט ביי גאט אז ער זאל אנענמען אונזער הייליגע מצות סוכה, פאר גוט, מיר זאלן זוכה זיין מאכן א נחת רוח פאר גאט דערמיט, עס זאל ארויס קומען דערפון א הנאה פאר השם, און גלייכצייטיג וועט מען איינלאדענען די אוזשפיזין.
ווער זענען די אושפיזין? דאס זענען די געהויבענע געסט! עס איז אנגענומען ביי אידן אז יעדער טאג פון די אכט טעג סוכות קומט צו גאסט אונזערע אור אור עלטערין פון גן עדן. דעם ערשטן טאג קומט אברהם אבינו, דעם צווייטן — יצחק אבינו, דעם דריטן — יעקב אבינו, דערנאך משה רבינו, אהרן הכהן, יוסף הצדיק, און דעם לעצטן טאג, הושענא רבה, קומט דוד המלך.
מען וועט זאגן א ספעציעלער יהי רצון בעטן פון גאט ער זאל שיקען צו אונז די גרויסע געסט און זיי זאלן הנאה האבן פון זייערע אייניקלעך.
סוף כל סוף האט מען געווארט אויף די מינוטען א לאנגע צייט, שוין וואכן און חדשים פאר דעם גרייט מען זיך צום יום טוב, א סוכה אויבויען און צורישען קאסט געלד, די ד׳ מינים קאסטן געלט, און יעדער ווייס אז דער יום טוב קומט נישט צו גיין פון זיך אליין. מען האט געקויפט נייע קליידער פאר די קינדער, שיך, אנצוגן. פאר די מיידלעך האט מען געקויפט נייע קליידער, פאר די מאמע א שיינע נייע קלייד. כמעט יעדער האט עפעס א נייע זאך אנצוטוען אויף יום טוב.
יעדער פרייט זיך. פארוואס זאל א איד נישט זיין פרייליך סוכות ביינאכט? ווען ער האלט נאך ראש השנה, יום כיפור, ער האט תשובה געטוען אויף זיינע זינד, גאט האט איהם געזאגט „סלחתי”, און נאך דעם אלעס, האט ער זיך געגרייט צו אזא פרייליכן יום טוב, וואס דאס איז א מצוה פאר זיך.
דער יום טוב איז דאך אן איבערצייג ווי גאט באגלייט אונז אפילו אין גלות, מיר זענען זיינע קינדער, איז דען מעגליך נישט זיך צו פרייען?
מען סערווירט א סעודה כיד המלך ווי זאגט מען „ווי סעודה שלמה בשעתו”, די מאמע פרייט זיך אז זי קען געבן די בעסטע עסן פאר איר משפחה, און די קינדער פרייען זיך צו עסן, מען וועט אויך מאכן א לחיים און טרינקען שנאפס, וויין אבער בראנפען, און ס׳ווערט לעבעדיג! און ווי דער כלל איז, אז מען ווערט לעבעדיג, מאכט מען אויף דאס מויל און מען רעדט.
ווער עס איז א תלמיד חכם און האט זיך צוגעגרייט וועט זאגן א דבר תורה. אין דער תורה וואס די עלטערין זאגן ליגט א סך אינהאלט, דער טאטע וועט געבן צו פארשטיין פאר זיינע קינדער, פארוואס ער לעבט, פארוואס ער פלאגט זיך אויף דער וועלט, פארוואס ער האט דערצויגן א משפחה מיט 10 קינדער, וואס איז זיין ציל אויף די וועלט, און וויאזוי ער וויל זיינע קינדער זאלן זיך פירן, די טאטע וועט דערקלערן פארוואס איז א איד אנדערש ווי א נישט איד, און פארוואס ער שעמט זיך נישט אז ער איז א חסיד. פארקערט — ער איז גאר צופרידן מיט זיין תורה׳דיגע לעבן.
מען וועט אויך זינגען לידער און געשמאקע ניגונים צו לויבן השם פאר די גרויסע חסדים און גוטע זאכן וואס ער טוט פאר אונז יעדער מינוט און שעה פון אונזער לעבן.
ווען א טאטע און מאמע און אלע קינדער זיצען ארום א יום טוב טיש, ווערט אויסגעשמוסעט זייער א סך, און עס איז פארשטענדליך אז יעדעס קינד איז אנדערש. זאלן אונזערע לייענער נישט מיינען אז ביי חסידים איז יעדער די זעלבע! עס איז פונקט ווי איינער מיינט אז יעדער פון אינדיע אבער פון כינע זעט אויס די זעלבע, און האלט די זעלבע. דאס איז ווייל מען קען זיי נישט דוכט זיך אזוי, יעדער חסיד האט זיך זיין וועג, זיין ווילן, זיין זאך וואס ער האלט דאס איז די טייערעסט דאס מוז ער טוען, דאס וויל גאט פון אים, און א סך פון די קינדער האבן ממש פארקערטע מיינונגען, און פארקערטע שטריכן, און עס איז א קונץ פון די טאטע און מאמע זיי צוזאמען האלטן, מאכן שלום צווישן זיי, און זיי אויפציען אויפן ריכטיגן ערליכן וועג, אט דאס אלעס ווערט אויסגעפארמעט בשעת די יום טובדיגע סעודה.
א חסיד וועט עסן אין די סוכה אייביג, און גאנצע 8 טעג, רוב חסידים וועלן אפילו נישט טרינקען א גלעזעל וואסער אויסער די סוכה! די סוכה איז זיין הויז ווי ער זיצט דערין יעדע מינוט.
די ערליכע פרומע חסידים וועלן עסן אין די סוכה אפילו עס רעגענט! עס איז א נארמאלע זאך צו זעהן ווי עס זיצען טאטעס און זייערע זוהן, מיט פלאסטיקס אריבער די שטריימעל, און די סאמעטע הוטען, און עס גיסט אריין וואסער און די סוכה, און דאך וועלן זיי עסן און זינגען זמירות צו גאט אינמיטן די סעודות. עס שטייט טאקע אין די הלכה אז מען איז נישט מחיווב צו עסן אין די סוכה ווען עס רעגענט, און די רמ״א זאגט גאר אז מען איז א הדיוט אויב מען טוט דאס, אבער יעדעס חסיד האט אזוי געזעהן ביי זיי רבי! מען שיידט זיך נישט פון די סוכה אפילו מען איז נישט מחויב! יעדער חסיד וועט זאגן אז אזוי שטייט פון הייליגער קאמארנע רבי, און אזוי האט זיך געפירט דעם צאנזער רבי, וויל איך אויך אזוי זיין.
אויב עס איז מעגליך, אויב די סוכה איז גענוג גרויס, און די סוכה קען ערהאלטן א בעט אבער 2 אבער 3, וועט א דורכשניטליכער חסיד שלאפען אין סוכה אין די סוכות נעכט, עס איז א נארמאלע ערשיינונג צו זעהן ביינאכט ווי דער טאטע און זון שלעפן אריין אין דער סוכה א בעט און בעטגעוואנט, מען ציט זיך אויס און מען שלאפט, אויב ס׳איז דא פלאץ וועלן אפילו די קליינע קינדער אריינלויפן אין די סוכה, און די מאמע וועט זיך פרייען פטור צו ווערן פון זיי אויף א נאכט צוויי. דער טאטע וועט מוזען אכט געבן אויף זיי.
פון וואנען האט א דורכשניטליכע משפחה געלט אויף הוצאת יום טוב?
א סך וועלן זיך אוועק לייגן א גאנץ יאר געלט אז מען זאל האבן גענוג אריינברענגען דעם יום טוב, מען וועט נישט פארן אױף קיין וואקאציע, וועט נישט אויסנוצען זיין געלט פאר נישט וויכטיגע זאכן, ווייל ער ווייסט אז עס קומט דער יום טוב סוכות, און דאן וועט ער זיין פרייליך און האבן א זיסע צייט מיט זיין משפחה צוזאמען. דער יום טוב איז פאר א חסיד זיין בעסטע וויקאציע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.