וויפיל קעגנגעזעצטע שמועות האבן מיר שוין געהערט איבער דער אזויגערופענער גזירת גיוס? איינער שרייט אז ס’איז דא א גזירת שמד, די רעגירונג פארלייגט זיך צו שמד’ן אלע חרדישע אידן, בשעת אנדערע שרייען אז ס’איז אבי געזאגט. אין א לעצטיגן כינוס אין מאנסי האט דער סאטמארער רבי פון קרית יואל, ר’ אהרן טייטלבוים, אפגעווארפן די טענה אז ס’איז דא א גזירה אויפ’ן סמך פון א גאנץ פשוט’ן ארגומענט: “מ’צווינגט דאך נישט קיינעם צו גיין אין מיליטער…” איך בין נישט קיין חסיד פון דעם רבי’ן, אבער איך זוך פארט צו דערגיין וואס דא טוט זיך.
איך קען נישט דעם מצב ערשטהאנטיג, קען איך נישט איבערווייזן דעם אמת אויף קיין שום צד, אבער דאך קען איך זאגן א מיינונג איבער דעם ענין. איך וועל ווייזן פאר’ן ליינער וויאזוי ער קען אויך מאכן א שנעלן באשלוס איבער דער מערכה, אן דעם וואס ער זאל קענען די פרטים. איך וויל נאר מאכן איין קליינע הקדמה: אויב האלט דער ליינער אז די פרייע ציוניסטישע רעגירונג מוז שטענדיג זיין אומגערעכט, און אז ס’איז איינער פון די דרייצן עיקרים צו גלייבן אז די מדינה וויל אפפירן אידן פון וועג, דעמאלט וועט אים מיין ארטיקל גארנישט צוגעבן. איך וויל רעדן איבערהויפט פון א ראציאנאלן שטאנדפונקט.
ובכן, ווי איך פארשטיי האלט נישט קיין איין צד אז דא איז פאראן א פאקטישע גזירה פון צוואנג, נאר אז די אטמאספער איז אזא וואס זוכט אויף להכעיס אויסצורייסן אידישקייט. אונטער דעם ליגט א הנחה, פארשטייט זיך, אז דינען אין מיליטער באדייט אז מ’קען נישט היטן אידישקייט. איך וועל זיך נישט דינגען אויף דער הנחה, כאטש איך בין נישט איבערצייגט אז ס’איז אזוי, זייענדיג באקאנט מיט גענוג פרומע סאלדאטן פון ארץ ישראל, נאר איך פארשטיי דעם פערספעקטיוו וואס האט מורא פון יעדער בארירונג מיט דער גרויסער וועלט וואו ס’זענען דא נסיונות. ממילא וועלן מיר אנהייבן מיט א כמו-הסכמה אויף דער הנחה.
ווען ס’האנדלט זיך פון אזעלכע “גזירות” וואס צווינגען נישט קיינעם, נאר ס’ציט צו מיט פארשידענע פיתויים, איז נישט מעגליך איבערצואווייזן צי יענער טוט דאס בכוונה אויף אפצו’שמד’ן אדער נישט. לאמיר זאגן אז ביי אונז איז קלאר אז די כוונה איז א להכעיס’דיגע, אבער סוף כל סוף האט יענער גענומען א שטילן קלוגן וועג, און דאס מאכט אונז טאקע אומבאקוועם. ווען יענער קומט מיט אן אפענער מלחמה קען מען צוריקשטויסן, אבער וואס טוט מען ווען יענער קומט (לויט אונזער מיינונג) מיט א שטילער מלחמה? קענען מיר אפענטפערן מיט פייער אויפ’ן סמך פון אונזערע אפשאצונגען איבער יענעמ’ס כוונות?
די גאנצע וועלט איז פול מיט נסיונות. מיר קענען באשליסן אז יעדע גוי’שער שאפינג-סענטער אויף דער גאס האט בכוונה אונז מכשיל צו זיין, און מיר קענען ארויסגיין אין א מלחמה קעגן דעם. מיר קענען באשליסן אז מאנהעטן איז געצילט אפצופירן אונזער יוגנט פון וועג, אפגערעדט שוין וועגן אזעלכע ארגאניזאציעס ווי “פוטסטעפס”, און אלס ענטפער קענען מיר ארויסגיין מיט מאסיווע מחאות קעגן דער פרייער גאס, קעגן מאנהעטן, אדער קעגן אמעריקע בכלל. יעדע רעקלאמע אויפ’ן שאסיי וואס לאדנט איין מענטשן צו שטודירן אין קאלעדזש קענען מיר אנקוקן ווי אן ענין פון “מסית ומדיח”, יעדער פּאָסטער מיט דער צורה פון א פרוי קען זיין א גזירת שמד, וכו’ וכו’.
די טעאריעס וואס גרופעס פון מענטשן האבן קעגן די כוונות פון אנדערע גרופעס זענען אן א סוף, און דער מקור פון יעדן רשעות שטאמט פון אזעלכע טעאריעס. איך וועל נעמען אן עקסטרעמען ביישפיל פון אנטיסעמיטן, כאטש איך מיין נישט צו פארגלייכן חלילה, איך וויל נאר אז מיינע ווערטער זאלן שטארק דערהערט ווערן. ליינט אמאל איבער די טענות וואס אנטיסעמיטן האבן קעגן אידן, וועט איר שטענדיג געפינען אזעלכע רעיונות וואס בויען זיך אויף כלערליי טעאריעס ווי גלייך אידן האבן א כוונה איבערצונעמען די וועלט. די טענות קען מען נישט איבערווייזן אדער אפפרעגן, מ’קען נאר זאגן איין זאך: יעדע אגרעסיווע שריט וואס איז געבויט אויף סאציאלע טעאריעס איז רשעות!
אויב אנטיסעמיטן זענען איבערצייגט אז אידן נעמען איבער די וועלט מיט באהאלטענע קלוגע שריט, דערווארט איך פון זיי אויסצוזוכן א פלאן וויאזוי דאס אפצוהאלטן מיט אנדערע קלוגע שריט, און נישט עפענען אן אגרעסיווע מלחמה ווען דער אנדערער צד האט דאס נישט געטון. מיך אינטערעסירט נישט צי אידן שטייען אונטער קאפיטאליזם, קאמוניזם, אדער וועלכע טעאריע ס’זאל נישט זיין. אויב האלט עמיצער אז קאפיטאליזם איז א סכנה וואס אידן האבן דערפינדן, זאל ער קעמפן קעגן קאפיטאליזם, און אויב האלט ער אז קאמוניזם איז א סכנה זאל ער קעמפן קעגן קאמוניזם. אבער צו עפענען א מלחמה קעגן דעם “אלוועלטליכן אידנטום”, צוליב דעם וואס זיי זענען “דער מקור פון אלע פראבלעמען” איז א קלאסישער ביישפיל פונעם רשעות וואס פלאגט די מענטשהייט. דערפאר, ווען איך זע צוויי צדדים אין א מלחמה, אין וועלכער בלויז איין זייט באניצט זיך מיט אגרעסיווע מיטלען, טענה’נדיג אז דער אנדערער צד איז א שטילער שונא וועמען מ’מוז באקעמפן, וועל איך שטענדיג זיין אויף דער זייט פון דעם “שטילן” שונא.
שערי ה”טעאריעס” לא ננעלו. ווען די רעגירונג וויל אז די חרדישע אידן זאלן זיך אינטעגרירן אין דער אלגעמיינער געזעלשאפט הייסט דאס נישט שמד, נאר דאס הייסט אז מע דערווארט פון אונז צו ווערן א פראדוקטיווער טייל פון דער באפעלקערונג, אן דעם וואס מיר זאלן טוישן אונזער נאמנות צו דער תורה. אויב זיי זענען זיך טועה, לאמיר זיך דורכשמועסן מענטשליך, און אויב מיר קלערן אז ס’איז א שטילער מהלך וויאזוי אונז אפצופירן פון וועג, דאן לאמיר טראכטן וויאזוי איבערצוצייגן אונזערע קינדער צו בלייבן אין די ישיבות. לאמיר ווערן שעפעריש און טראכטן וויאזוי מיר קענען באקעמפן די אזויגערופענע גזירה פון “פיתויים” אז זי זאל אונז נישט שאטן.
אויב וואלט מען נאר איבערגעמאכט די ישיבה סיסטעם אז מ’זאל זיך נישט ארומווארפן בחורים ווי מ’שפילט זיך מיט א באל, אויב וואלט מען זיך נאר באצויגן מיט מער רעספעקט צו צענדליגער טויזנטער אידישע קינדער אין אונזער אייגענעם היימישן סיסטעם, וואלטן שוין די סכנות פון גיוס געווען דראסטיש קלענער… צי ציטערן מיר טאקע פונעם גיוס, אדער מיר ציטערן צו קוקן פנים אל פנים אויף דעם אופן וויאזוי מיר האבן אוועקגעשטעלט אונזער חינוך? איז אונזער פראבלעם טאקע די מדינה, דאס מיליטער, א.א.וו. אדער אונזערע אייגענע ישיבות? די בחורים וואס זענען מצליח אין ישיבה זענען נישט אין סכנה פון גיוס. די סכנה שטייט נאר פאר יענע בחורים וועלכע מיר באטראכטן סיי ווי אלס שמאטעס.
דאס איז א הערליכער ביישפיל וואו מיר שטייען ווען ס’קומט צו שעפערישקייט! אנשטאט איבערצובויען די סטרוקטור פון אינעווייניג, אנשטאט צו פארריכטן אונזערע פראבלעמען, זוכן מיר שטענדיג די סכנות אינדרויסן. די מדינה וועט זיין שולדיג אין אלע פראבלעמען ווייל זי איז א לייכטע שעיר לעזאזל. איך געדענק נאך ווען די מוזיק פון ליפא שמעלצער איז געווען די גרעסטע סכנה פאר אידישקייט, אין אנדערע צייטן איז עס דער אינטערנעט, די גאס, און וואס נישט. דער עיקר איז אז מיר אליין פארמאגן די שענסטע און סאמע פערפעקטע געזעלשאפט, און אויב מיר שטויסן זיך אן אין שוועריקייטן זענען אנדערע שטענדיג שולדיג. וואס וואלטן מיר געזאגט צו א קינד אין חדר וואס פירט זיך אויף מיט אזא התנהגות?…
דער ספרדישער משגיח פון ארץ ישראל, הרב רבי, האט דערציילט ביים כינוס אין בארקלעי צענטער אז בחורים פון זיין ישיבה זענען “איבערגערעדט” געווארן צו גיין אין מיליטער. דערווייל האט זיך ארויסגעשטעלט אז ווייניגסטנס איינער פון די בחורים איז געווארן ארויסגעווארפן דורך אים, כאטש ווען יענער האט זיך געבעטן ביי אים אז אזא טריט וועט ברענגען דערצו אז זיינע עלטערן וועלן אים אריינשטעלן אין מיליטער. די אנטדעקונג האט אויפגעוועקט א שטיקל מהומה, אבער איך זע נישט פארוואס. איז דען נישט די גאנצע מערכה געצילט אנצואווארפן דעם שולד פון דעם וואס מיר טוען מיט בחורים דורכ’ן באשולדיגן די מדינה?
דא האט מען געעפנט א מערכה אפצושליסן גאסן, אטאקירן סאלדאטן, און נאך אזעלכע ווילדע מעשים. מ’האט זיך דערלעבט ברוך השם אז יענע בחורים וועמען די ישיבה האט ארויסגעווארפן ווי הינט, קענען דערנאך ווערן אטאקירט אויף די גאסן. זיי דארפן מורא האבן זיך צו דרייען נישט בלויז אין ישיבה, נאר אויך אויף דער אייגענער היימישער גאס, ווייל זיי קענען ווערן פיזיש אטאקירט דורך אייגענע היימישע מענטשן. און אויב די פאליציי וועט זיך אריינמישן, און זיך וואגן צו באשיצן די סאלדאטן, וועט מען ארויסשטעלן א גרויסן ווידעא אינמיטן מאנהעטן צו צייגן פאר אלע גויים ווי די מדינה רודפ’ט פרומע אידן!…
נישט בלויז וואס מיר האבן געטראפן א פאסיגן שעיר לעזאזל, שעמען מיר זיך נישט פון ניצן אן אפענעם שקר, וואס נאר אויב מ’האט נישט קיין צוטריט צום אינטערנעט קען מען עס גלייבן. ווער האט דען נישט געזען חדשים לאנג ווי חרדישע סאלדאטן ווערן אטאקירט אין ירושלים, איידער די פאליציי האט זיך אנגעהויבן אריינמישן? לעצטנס האט דאס מיליטער געגעבן דערלויבעניש פאר חרדישע סאלדאטן צו גיין אן די מונדירן אויף דער גאס, כדי מ’זאל זיי נישט אטאקירן ווען זיי קומען אין שיל, אדער ווען זיי גייען אהיים צו זיך אין שטוב.
ווי געזאגט פריער, איז דאס אלץ געזאגט מיט דער הנחה אז ס’איז טאקע דא א פראבלעם, און אז דאס מיליטער איז א סכנה פאר אידישקייט, אאז”וו. אויף יעדער פון די הנחות קען מען זיך קריגן. אבער אפילו לו יהא אז זיי זענען אלע אמת, איז די מערכה א ביישפיל פון א צביעות’דיגן, אומריכטיגן התנהגות. פארפאלן, די פרייע מדינה פירט זיך דא אויף מענטשליך, בשעת מיר פירן זיך אויף, זייט מיר מוחל דאס לשון, מיט רשעות.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.