וואס מיינט דאס ווארט כשר ביי דיר? ביי מיר איז דאס געווארן איינגעקריצט און איינגעבאקן פון זייער יונג. עפעס וואס איז געמאכט פון „פאשקעס״ איז נישט כשר. אז דאס איז OU איז דאס טריפה. אז עס איז OK, איז עס נאר okay פאר גוישע אידן.
מען פלעגט פרעדיגן צו מיר אז וואס מען עסט — דאס ווערט מען. אויב איך עס א חזיר פיסל וועל איך ווערן א חזיר פיסל. אז איך עס פון א נישט־אויסגעהאלטענע השגחה וועל איך ווערן נישט אויסגעהאלטן. אבער אז איך עס פארדארבענע עסן האט מען מיך קיינמאל נישט אנגעווארנט אז איך קען ווערן פארדארבן.
עס איז אומבאשרייבליך די שולדגעפיל וואס באגלייט מיך שוין יארן לאנג אפילו איך בין אינדרויסן פון די סיסטעם פאר א לאנגע צייט שוין…
נישט לאנג צוריק, אויף איינע פון מיינע רייזעס בין איך איינגעשטאנען אין א הויז פיל מיט גוים (כאטש איך װעל קיינמאל נישט פארגעסן אז איך בין א איד.)
ס׳איז געװען אין א גרינעם פארוואלקענטען רעגנדיגע דינסטאג און דער עולם איז געווען גאר הונגעריג, האט מען באשלאסן מען גייט ארדערן אפאר געשמאקע פיצא פייס. האב איך געמאכט זיכער צו לאזן יעדן איינעם וויסן אז איך בין א איד און איך טאר נישט צורירן צו חזיר חלילה. דערפאר האט מען באשטעלט איין cheese pie ספעציעל פאר מיינע געברויכן. די פיצא איז ענדליך אנגעקומען בשעת איך בין געווען פארנומען אין מיין צימער. מיין חבר האט אויסגעשפרייט אלע באקסעס [שאכטלען] אויפן קאונטער [קאכטיש], גרייט צו פארצוקן. איך קום ארויס פון מיין ווינקל הונגעריג ווי א מאגערער בער. מיין חבר וויל זיך טשעפען מיט מיר, זאגט ער: „איך ווייס אז דו ביסט אידיש, דערפאר האב איך אנגעגרייט ספעציעל פעפעראני פיצא פאר דיר.” איך לאך מיך אויס און גײ אריין אינעם קיך וואו עס האט געהערשט א טונקעלקייט, אבער די פרישע גערוך איז געווען ווי א ליכטיגקייט פאר מיין אויגן.
איך גיי צו נענטער און מיין בויך גריצלט שוין. איך קען שוין נישט ווארטן אריינצובייסן דערין. איך עפן א באקס [שאכטל] און איך כאפ ארויס א סלייס [רעפטל] פיצא מיט גרויס התלהבות. איך קוק אויף דעם און עס זעט אויס ווי א געהעריגע קעז סלייס, מיט א ביסל צוגעברענטע קעז פון אויבן. עס שמעקט אינטערעסאנט אבער דער ריח איז מן הסתם פונעם אנדערן באקס, טראכט איך.
איך בייס אריין מיט גרויס כוונה. איך שפיר אן אינטערעסאנטן פארברענטן טעם. איך טראכט צו מיר עס איז מן הסתם דורכגעבאקן און איך דארף גארנישט זאגן. איך קיי און קיי און קען עפעס נישט דערליידיקן דעם טעם און עס איז גאר שווער צו פארדייען. ווען פלוצים קומט מיין חבר אריין און איך געב אים א פרעג: „זאג נאר וואס איז מיט דער פיצא? עס איז דאך גרויליג. איך האב קיינמאל נישט געשפירט אזאנס.”
ער גיט א קוק און שרייט אויס: „האהא, ווייל דאס האט בייקאָן אין דעם!״ איך לויף צו צום מיסט און שפיי דאס געשווינד אויס. געוואלד! איך בין נכשל געווארן אין דעם הארבן זינד. יעצט שפיר איך זיך ווי א גאנצער גוי. אפשר זאל איך פרובירן אויסברעכן דאס וואס איז שוין אריין אין מיר, וועל איך מיך נאך קענען צוריקכאפן? דער יצר טוב זאגט מיר: „יא, טו דאס געשווינד איידער עס איז צו שפעט און עס גייט אריין אינעם בלוט שטראם. דער יצר הרע זאגט מיר: „ניין, דו ביסט שוין ממילה אינגאנצן פארפאלן. פארגעס דערפון.”
דער יצר הרע און יצר טוב ראנגלען זיך ארום אין מיר. איך דארף מנוחה פאר גאטס וועגן. איך רוף מיך אן סיי צום יצר טוב סיי צום יצר הרע: „הערט מיך גוט אױס. שוין יארן לאנג וואס ענק וואוינט ביי מיר אן צאלן דירה־געלט. איך בין געווען גוט צו ענק ביידן. אמאל האב איך זיך צוגעהערט צו דיר און אמאל צו דיר. אבער איך האב שוין געהאט גענוג. ענק קריגט זיך כסדר און ענק לאזט מיך נישט האבן מנוחה. טוטס מיך א טובה און גייטס טרעפטס ענק אן אנדערע וואוין־ארט. איך האב שוין מער נישט קיין כוח.”
אוודאי האבן זיי זיך נישט גלייך צוגעהערט. איך בין דאך געווען אזא גוטע בעל־מכניס אורח צו זיי. איך האב מסביר געווען פארן יצר טוב אז שלום איז זייער וויכטיג, האט ער מסכים געווען און געגאנגען זיין וועג. דער יצר הרע איז געבליבן אינגאנצן אליין און ער האט דאך שטענדיג ליב זיך צו קריגן מיטן יצר טוב. האב איך אים געזאגט אז עס וואלט געווען א גוטע עצה אז ער זאל גיין זוכן דעם יצר טוב, איז ער אויך אוועק. איך האב זיי ביידע אנגעוואונטשן צאתכם לשלום און א גרינגע רייזע.
שנשמע ונשבסר בשורות טובות, ווינטשט אייך האישה שרייבנבערג.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.