פֿון האישה שרײַבנבערג
ברוך אתה ה׳ זוכר הברית ונאמן בבריתו וקיים במאמרו
Read More
פֿון האישה שרײַבנבערג
ל״ג בעומר איז שוין ענדליך דא,
אין א מזל’דיגע שעה,
א שמחה אין שטעטל הערשט א גרויסן,
הערליכע פייער צאנגן,
מען טאנצט לעבעדיג אינדרויסן,
מיט מוזיקאלישע געזאנגען.
זיידעס טאטעס בחורים און אינגלעך,
ארום און ארום אין רינגלעך,
מיידלעך און פרויען אין א זייט שטעלט מען,
נאר די אינגלעך קענען האקן א לעבן,
און איך דארף שטיין אין די זייט און נאך אויך חיזוק געבן,
און קשיות טאר איך חלילה נישט פרעגן,
נאר צו זיין אן אשת חיל דארף איך שטענדיג שטרעבן,
פאר די מענער אלעס טון,
ווי געהעריגע קנעכט,
ווי א מאשין,
פאר זיי דארט זיין טעג אין נעכט,
איך וויל אויך טאנצן מיט מוזיק ביי א פייער,
און זינגען צום טאטן דעם געטרייער,
איך וויל אויך האקן א לעבן!
אבער ניין,
איך בין א מיידל,
איך בין געשאלטן,
ווייל איך בין א מיידל,
איך דארף זיין איינגעשפארט,
ווייל איך בין א מיידל,
איך קען גארנישט טון,
ווייל איך בין א מיידל,
איך קען נישט האבן מיין אייגענע לעבן,
אלעס ווייל איך בין א מיידל.
Read More
פֿון האישה שרײַבנבערג
וואס מיינט דאס ווארט כשר ביי דיר? ביי מיר איז דאס געווארן איינגעקריצט און איינגעבאקן פון זייער יונג. עפעס וואס איז געמאכט פון „פאשקעס״ איז נישט כשר. אז דאס איז OU איז דאס טריפה. אז עס איז OK, איז עס נאר okay פאר גוישע אידן.
Read More