די חרדישע געזעלשאפט, פונקט ווי יעדע אנדערע גרופע פון מענטשן, ליידט פון חסרונות. קיין איין מענטש איז נישט פערפעקט און קיין איינציגע גרופע מענטשן איז נישט ריין פון פראבלעמען. מיר חרדים פארמאגן אבער א בענעפיט אז די לעכער אין אונזער סיסטעם זענען גרינגער צו פארשטאפן ווי די פון דער אלגעמיינער געזעלשאפט.
לאמיר אבער צוערשט קלאר מאכן אז „פראבלעמען” מיינט נישט דאס זעלבע ווי „שלעכט”. ווען א מענטש פירט זיך אין לעבן מיט די בעסטע כוונות לויט זיינע מעגליכקייטן, און פרובירט זיך כסדר פארבעסערן וואו ס’פעלט אויס און אויפן בעסטן אופן ווי זיינע כוחות דערלויבן אים, איז ער א גוטער. נאר וואס, יעדער מענטש, זאל ער זיין דער בעסטער, קען זיך כסדר נאך ווייטער פארבעסערן און פארפולקאמען. דערפאר איז דער, דער מענטש, אראפגעקומען אויף דער וועלט — צו געניסן פונעם לעבן און איבערלאזן די וועלט אלס א בעסערער, מער אנטוויקלטער מענטש ווי ער איז געווען ביים אראפקומען.
דאס זעלבע מיט א געזעלשאפט, וואס איז זעלטן דורכאויס שלעכט. מיר, אלס מענטשן און אלס א כלל, זענען נישט ערגער ווי אנדערע. דאס יא, מיר אנערקענען שווערליך ווען עפעס איז נישט גוט און דארף א תיקון. מיר האבן א טענדענץ צו פארלייקענען די חסרונות. אנשטאט מודה זיין, אפילו פאר זיך אליין, אז דער אדער יענער פרט דארף פארבעסערט ווערן, וועלן מיר אויסקלייבן צו איגנארירן דאס מציאות און אנשטאט אנערקענען — ליבערשט פארשרייען דעם וואס האט אויפגעברענגט דעם ענין. בקיצור: מיר נעמען זיך נישט אין די הענט אריין, ביז דער חסרון קומט צוריק אונז בייסן. נאכן גוט אויסגעפראסקעט ווערן, נעמען מיר זיך, פארשעמטע, צו דער ארבעט.
ס’איז אזוי געווען מיט דער טעמע פון סעקסועלע באלעסטיגונגען און ס’איז יעצט אויך אזוי מיט דעם ענין פון דערציאונג — פון סעקולערע לימודים און ידיעות וואס די סביבה און אומשטענדן פארלאנגען.
חרדישע אידישקייט, ווי זי האט זיך אויסגעשטאלטיגט אין אמעריקע, האט זיך קיינמאל נישט געהעריג פארמולירט ווער זי איז און וואס זי וויל. „אפגעטיילט פון דער גאס” איז נישט קיין ציל, פונקט ווי „ממשיך זיין די מסורה” איז נישט קיין סטראטעגיע. מ’דארף וויסן וואוהין מ’וויל גיין, כדי אנצוקומען צום ציל. דאס קלאר שטעלן וואו נישט צו גיין גיט נאכנישט קיין אינסטרוקציעס וואוהין יא צו גיין; נאכן קלאר פארשטיין וואס איז שלעכט, ווייסן מיר נאכנישט וואס איז גוט.
איך זאג נישט אז מיר זענען נישט גוט אדער אז מיר דארפן זיך יסודות’דיג טוישן; כ’זאג אבער יא אז מיר דארפן וויסן וואס מיר ווילן. אנדערש, וועט יעדער רוף צו פארבעסערן דעם מצב ווייטער אויפגענומען ווערן ווי אן אטאקע, וואס מוז אפגעשלאגן ווערן פאר יעדן פרייז. דער פאקט אז בעסער קען אייביג זיין איז דאך יעדער מודה.
אין דעם חסרון ליגט אבער אויך באהאלטן א גרויסע מעלה. א זאך — אידעאלאגיע, דערציאונגס־סיסטעם, געזעלשאפטליכע נארמע — וואס איז קלאר דעפינירט מיט באשטימטע כללים און גרעניצן איז שווערער צו רעפארמירן ווי עפעס וואס איז נאכנישט אויסגעארבעט און פארהארטעוועט. דער פאקט וואס אונזער סטרוקטור פארמאגט אזוי ווייניג יסודות פארגרינגערט א סך דאס אויסבעסערן און צולייגן וואו ס’פעלט זיך אויס. אנדערשוואו קומען רעפארמען באגלייט מיט אפווארפן איינגעגעסענע געוואוינהייטן און איינגעפונדעוועטע מיטלען — וואס לאזן זיך שווער אפווארפן און אויסבייגן. ביי אונז איז אבער בעסער. מיר דארפן נאר די אפוועזנהייט פון נארמעס און דאגמעס אויסנוצן צו אונזער בענעפיט.
ווען מיר וועלן בעסער פארשטיין וויאזוי מיר ווילן אויסזען, וואס מיר דערווארטן פון זיך אלס א כלל וואס לעבט אין א סביבה אזוי אנדערש און סתירה’דיג, וועלן מיר בעסער וויסן וואס צו טאן און ווי צו פאררעכטן. אזוי ארום וועלן מיר פארנוצן מער כוחות און רעסורסן אויף למעשה’דיגס קאנסטרוקטיווס ווי איידער אויף פארטיידיגונג און פארשרייאונגען — וואס ברענגען צום סוף סייווי גארנישט. מיר וועלן אויך איינזען, אז מיר האבן א געלעגנהייט אוועקצושטעלן א חינוך, וועלכער זאל אהערשטעלן א מוסטערהאפטיגן פראדוקט, וואס וועט נישט נאר זיך נישט דארפן שעמען פאר קיינעם, נאר אונז דינען אלס א קוואל פון שטאלץ.
און ווער ווייסט? אפשר וועלן מיר טאקע ווערן בעסערע אידן און בעסערע מענטשן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.