הרב מאיר כהנא, וועלכער איז דערמארדעט געווארן דורך אן אראבער מיט א 25 יאר צוריק, האט אין זיינער צייט אומאויפהערליך גערופן ארויסצואווארפן די אראבערס פון ארץ ישראל. כהנא האט א סך ארומגעארבעט מיט דעם געדאנק. זיין ענדגילטיגער הסבר איז געווען אז די אראבער ווילן נישט קיין אידן, קיין אידישן עסטאבלישמענט, אין ארץ ישראל און דערפאר איז א צוזאמלעבן מיט זיי אוממעגליך.
כהנא איז פארשריגן געווארן אלס פאשיסט, ראסיסט, און וואס נישט. וואספארא מין עסק איז דאס, צו נעמען א גאנצע גרופע מענטשן און זיי ארויסשטויסן פון לאנד? ער האט געכאפט פון רעכטס און לינקס, און לבסוף איז ער, ווי אויך די פאליטישע „כך” פארטיי וואס ער האט געגרינדעט אין ישראל, דעלעגאליזירט געווארן.
מאיר כהנא איז געווען א איד א חכם, א קענער, פילאסאף, א טיפער דענקער, און אויסנאמליכער אוהב ישראל. ער איז גרייט געווען צו העלפן א צווייטן איד מיט אלעם מעגליך און מיט מער אייפער ווי דעם וועלכן ער האט געניצט צו באקעמפן און פארשרייען אראבערס.
שוין מיט זיינע געוואלדס-טעטיגקייטן, איז כהנא אין פריוואטן לעבן געווען א ווייכער, צוגעלאזענער מענטש, וועלכער האט בעצם נישט פיינט געהאט קיין אנדערע מענטשן צוליב זייער אנדערשקייט. ער האט נישט פיינט געהאט קיין נישט-אידן אלס אזעלכע. כהנא האט, אין די ווערטער פון זיין אלמנה, נישט פיינט געהאט קיין אראבער אזוי ווייט ווי טיף ליב געהאט אידן. ער האט ליב געהאט זיין פאלק מיט גאנצן הארץ און לעבן, און דערפאר האט ער אזוי געוואלט אוועקשניידן די אראבישע סכנה פונעם אידישן לאנד.
„כהנא צדק‟ (כהנא איז גערעכט געווען) איז פארוואנדלט געווארן אין א שלאג-ווארט, וואס ווערט גענוצט אין פרא-זיכערקייטס דעמאנסטראציעס און אלס גראפיטי-לאזונגען דורך יוגנטליכע. לאמיר זיך אבער נישט לאזן נארן: כהנא איז באמת גערעכט געווען.
ס׳איז נישט „פאליטיש קארעקט‟ עס צו זאגן. טראנספערירן די אראבער צו איינעם פון די שכינות׳דיגע אראבישע לענדער קען דערווייל אויך נישט דורכגעפירט ווערן. די וועלט קען אזא זאך נישט אקצעפטירן און די ישראל באפעלקערונג אליין איז אויך נישט גרייט דערויף. כהנא האט דאס אויך געזאגט אין א צייט ווען נישט אלע האבן אנערקענט, אז קיין צוזאמלעבן מיט די אראבער איז אין ארץ ישראל נישט שייך.
היינט איז אנדערש. מ׳דארף זיין בלינד נישט צו זען אז איז נישט מעגליך צו לעבן מיט אן עלעמענט וואס זעט דאס היימלאנד ווי אן „אקופאנט‟ און די הערשנדע מאכט ווי א פיינט. דאס איז באזונדערס אמת ווען ס׳איז נישט פאראן אויף דער וועלט די זאך וואס וועט די אראבער באפרידיגן. זייערע פארלאנגען בייטן זיך כסדר און אפילו צום פארהאנדלונגס-טיש זענען זיי נישט גרייט זיך צו זעצן.
ס׳איז נישט שיין צו זאגן און דער געדאנק הערט זיך אפילו שרעקליך. אבער ווען בירגערס פון לאנד – דער שכן, ארבעטער, און איינוואוינערס פון א געגנט דערנעבן – לויפן ארום מיט מעסערס און מארדעווען, בלייבט נישט קיין אויסוועג ווי באזייטיגן די סכנה און זיי ארויסשיקן פון לאנד.
די אראבער זעלבסט וואלטן גרייט געווען אויף אזא זאך. אזוי ווייזן אויספרעגן וואס זענען ביי דער אראבישער באפעלקערונג פון יהודה און שומרון דורכגעפירט געווארן. נאך אלע שיינע ווערטער פארשטייען די אראבערס גוט, אז קיין צוקונפט פון א פרידליך צוזאמלעבן וועט זיך נישט באווייזן אזוי שנעל. זיי ווייסן אויך גוט, אז קיין פאלעסטינער לאנד וועט אויך לויט אלע ווארשיינליכקייטן נישט געשען.
אריבערפירן די אראבער, צאלן די קאסטן, און זיי קווארטירן אין אן אנדער לאנד איז דער איינציגער רעאליסטישער „שלום” פלאן וואס נאר מעגליך. אזוי אומבא׳טעמ׳ט ווי דאס הערט זיך, אזוי וועט ארץ ישראל צום סוף זיין געצווינגען דאס צו טאן. עפעס אנדערש ארבעט נישט. מ׳האט שוין אלעס פרובירט און מיט אלעם עקספערימענטירט.
ווי עס שיינט, וועט ארץ ישראל נאך ליידער מוזן אפגיין מיט בלוט, זיך פארנעמען מיט באנדאזשירן די וואונדן, און שטיין אויף דער וואך קעגן די רוצחים אויף ווי ווייט מעגליך. די וועלט, צוגעוואוינט פון טויזנטער יארן טרינקען אידיש בלוט, איז נאכנישט זאט פון אידישע קרבנות און וועט אזא זאך קיינמאל נישט דערלאזן.
די זעלבע וועלט איז אבער אויף גרויסע צרות, טאקע פון די זעלבע פרימיטיווע אראבער פאר וועמענס קריוודע זי נעמט זיך מיט אזויפיל אייפער אן, און פריער צי שפעטער וועט זי זיין צו פארנומען מיט אירע אייגענע ישמעאל״ישע רוצחים צו קוקן אויף יענער זייט.
ניין. ס׳איז נישט געשמאק צו רעדן וועגן נעמען א גרופע מענטשן, זאל זיין רוצחים און פראים, און זיי ווייזן די טיר. ווען ס׳האנדלט זיך אבער אין לעבן און טויט, קוקט מען נישט אויף די זאכן.
באמת, וועט עס נישט זיין דאס ערשטע מאל וואס אזא זאך ווערט דורכגעפירט. שוין געשען, טאקע אין ארץ ישראל און טאקע דורך דער הערשנדער מאכט אין לאנד און גארנישט אזוי לאנג צוריק. מיט צען יאר צוריק, האט די רעגירונג פון פרעמיער מיניסטער אריאל שרון ארויסגעטריבן טויזנטער אידישע משפחות וואס האבן באוואוינט די גוש קטיף געגנט פון עזה, וואס איז דאן אוועקגעגעבן געווארן צום שונא.
יענע פארטריבענע אידן האבן מיט זיך נישט פארגעשטעלט קיין סכנה צו די אראבער, אבער זענען אויסגעווארצלט געווארן, אינאיינעם מיט די קינדער, הייזער און פארמעגן, בלויז צופרידנצושטעלן די תנאים פון דעם שונא – וועלכער האט גארנישט געגעבן אין אויסטויש. די אראבערס פון ארץ ישראל זענען יא א סכנה פאר דעם רעשט פון דער באפעלקערונג; זיי זעען א פיינט אינעם היימלאנד און ווילן אומברענגען זייערע אידישע מיטבירגער. פאראן פרידליכע אראבערס? קען זיין. אבער למעשה איז נישטא קיין אנדער וועג פאר שלום און מנוחה. כל זמן די אראבערס וואוינען דארט, וועלן זיין בלוט-פארגיסונגען.
לאמיר נאר האפן אז דער פרייז וואס אידן וועלן צאלן פאר דער אנערקענונג וועט נישט זיין קיין צו טייערער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.