קאלעגע “ואיה וענה” האט אינעם לעצטן ארטיקל זיינס אויסגעוויינט (און אויסגעלאכט) די זינלאזע פרואוון איינצובינדן, אדער איינצוצוימען די מענטשליכע נשמה. “דעם גוף,” שרייבט ואיה, “קענט איר בינדן, דעם קערפער קענט איר אראפצווינגען אויף א פלאץ, אבער די נשמה נישט.”
פון די פאעטישע שורות זיינע טראגט זיך אן אנדייטונג איבער דער צוואנגס-קולטור וואס באהערשט די חרדישע געזעלשאפט. כ’רעד נישט פון זאכן וואס זענען נוגע דת, שלחן ערוך, מסורה אד”ג. ניין. די זאכן אינטערעסירן נישט די שארפע מוחות וואו די אויסטערלישע תקנות און גזירות ווערן געבוירן און אנטוויקלט. זיי שטערט נישט ווען עמיצער טרעט אויף אידישקייט, פונקט ווי זיי גייט גאר קנאפ אן ווען עמיצער האט נישט אויסצוקומען אינדערהיים, אדער אז א בחור וואס פאסט נישט אינעם סדום-בעטל פונעם ישיבה-סיסטעם דרייט זיך ארום אויף דער גאס. דאס זענען קלייניגקייטן, און ווער האט דען צייט זיך אפצוגעבן מיט אזעלכע מינדערוויכטיגע ענינים, בשעת אונטער דער נאז ברענען אזעלכע פיקוח-נפשות’דיגע צרות ווי קלוגע טעלעפאנען און “וואטסעפפ” וואס ווערן גענוצט נישט לצורך פרנסה?
ניין, נישט אידישקייט און נישט די וואוילזיין פונעם ציבור אינטערעסירן יענע מענטשן. זיי ציטערן טאקע דוקא פון פארלירן דעם קאנטראל – קאנטראל לשם קאנטראל – אויף א ריזיגן עולם מענטשן, וועמענס אויפריכטיגקייט און ערליכקייט האט אונזער פני אויסגעלערנט אנצוקוקן ווי אן אייגנטום. פון דעם האבן זיי מורא. זיי ווילן נישט דער עולם זאל זיין ערליך און גוט, נאר אז מען זאל בלייבן אונטערטעניג און פארגליווערט. אויב זאלן זיי וויסן אז סמארטפאונס ברענגט דעם עולם צו לערנען מער און אנצוקומען צו מער קלארקייט אין אידישקייט, אבער אין דער זעלבער צייט אוועקפירן דעם עולם ווייטער אוועק פון דער עסטאבלישמענט, וועלן זיי פארזעצן די מערכה קעגן דעם אינטערנעט מיט’ן זעלבן אייפער ווי יעצט, ווען לפי ראות עיניהם איז דער געוועב א חורבן.
זאגט “ואיה וענה” אויף דעם, אז הגם די אידן וואס זיצן באקוועם אויף די טיפע פאטעלן האבן זיך גענומען א מיסיע צו בינדן אונז די הענט און קאנטראלירן אונזערע באוועגונגען, וועלן אונזערע הערצער און נשמות, וואו קיינער אויסער דער מענטש אליין האט נישט קיין צוטריט, בלייבן פריי.
זאג איך: דעם גוף קענען זיי אויך נישט קאנטראלירן: פארשווערן זיין גאנג יא, קאנטראלירן אבער בשום אופן נישט. און יעדער ווייסט אז דאס איז דער אמת. ווען ס’וואלט אונזערע בעלי טובה געשטערט וואס מיר טוען און וואוהין מיר גייען, דעמאלט וואלט געווען א סברה צו זאגן אז ס’איז דא וואס צו טאן אין דער ריכטונג. למעשה שטערט זיי וואס מיר לייענען און מיט וואס און וועמען מיר באקענען זיך מיט דער הילף פון די קלוגע טעלעפאנען. און דארט קענען זיי גארנישט טאן מער ווי מאכן קאפ ווייטאג, ווייל יעדער וואס איז נישט איבערצייגט מדעת עצמו נישט צו קריכן אויפ’ן אינטערנעט וועט דארט פארבלייבן אזוי לאנג ווי ער וועט נאר וועלן. וויאזוי מען מאכט דאס (מען האנדלט זיך איין א פרישן סעלפאון צי טאבלאיד אין צוגאב צום פארגוואלטיגט-צעפילטערטן אד”ג) איז נישט וויכטיג. וויכטיג איז, אז אויסער סתם משוגע מאכן די מענטשהייט זענען די פילטערס ווערט אזויפיל ווי אונזערע פירערס פארשטייען צו אונזער לעבן און די שוועריגקייטן מיט וועלכע מיר דארפן זיך טעגליך ספראוון.
ס’איז א ווייטאג, ווייל צווישן די פירערס זענען פאראן א שיין-ביסל אידן וואס מיינען טאקע גוט. זיי ווילן באמת אויפטאן נאר ווייסן נישט וואס צו טאן אנדערש ווי די שריט וואס די אנדערע, מיט די נישט-ריכטיגע כוונות, רעדן זיי איין. די גאר ווייניג אין דער פני וואס פארשטייען צום דור, קענען גוט די פראבלעמען, און האבן רעאליסטישע, פראקטישע, זאכליכע לעזונגען האבן מורא זיך צו עפענען דאס מויל, ווייל אזוי גוט ווי זיי קענען דעם מצב הדור קענען זיי נאך בעסער דעם מצב פון דער פני הדור, און זיי ווייסן גוט אז חוץ צרות וועלן זייערע פארשלאגן גארנישט ברענגען.
וואס בלייבט איבער פאר אונז, פשוט’ע מענטשן וואס לעבן בעולם הזה כמו שהיא און ווילן יא בלייבן אידן און נארמאלע מענטשן? איין זאך: חזר’ן דעם זאג פון חז”ל, “אין לנו על מי להישען, אלא על אבינו שבשמים” (עס בלייבט נישט איבער אויף וועמען זיך צו פארלאזן, אחוץ אונזער טאטן אין הימל).
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.