Yiddish with an Aleph

ווען קנאות ווערט אויפגענומען צו ערנסט

When Zealotry is Taken Too Seriously

פֿון בן זומא

  • Print
  • Share Share
Getty Images

שטעלט זיך פאר א מציאות אז די קנאות ספרים אויף דער טעמע פון ציונות וואלטן געדרוקט געווארן מיט בלויז די הלכה’דיגע ביאורים, אן אויספירן די פרטים אויף וואס און וועמען זיי באציען זיך. לאמיר זאגן: מיר וועלן איבערדרוקן דעם ספר “ויואל משה”, און פון דארט ארויסנעמען יעדעס ווארט איבער ציונים און ציוניזם. מיר וועלן פאר דעם צוועק אפשר אויך אביסל ענדערן דאס לשון און ארויסנעמען אלע מליצות, אדיעקטיווען און אנדייטונגען וועמען דער גרויסער מחבר האט מיט זיינע ביאורים און און פסקים געמיינט.

לאמיר זיך ווייטער פארשטעלן, אז די באנייטע און אויפגעפרישטע מהדורא פונעם „ויואל משה‟ און „על הגאולה‟ האבן זיך פארוואלגערט אונטער די הענט פון עפעס א תמימות’דיגן גר אדער בעל תשובה, וואס האט אלע זיינע יארן געוואוינט ערגעץ וואו אפגעריסן פון דער פרום-אידישער וועלט — לאמיר זאגן, א פארווארפן אינזל נעבן גרינלאנד. יענער „געווארענער‟ דורשט נאך א אידיש ווארט, און לערנט דורך יעדן ספר וואס קומט אים נאר צו דער האנט. אט האט זיך אים אונטערגעווארפן א ויואל משה מהדורת „ארטסקראול‟ (פינאנצירט דורך א מאדערן ארטאדאקסישער משפחה אין לאנג איילאנד, און גערופן על שמם ולכבודם פון זייערע עלטערן, וועלכע שטאמען פון דורות סיגוטער חסידים). הקיצור, אונזער איד ווייסט נישט פון קיין חכמות און זעצט זיך אוועק לערנען דעם ספר מיט גרויס פלייס און עיון.

לימים האט דער בעל תשובה באשלאסן זיך אריבערצוציען אין א מער אידישליכער געגנט. דא, בגלילות גרינלאנד, איז שווער אויפצוברענגען אן ערליכע, פרומע משפחה. מען דארף דאך כשר-עסן, מקוואות, שולן, מוסדות. עס גייט נישט אן דעם. ער האט זיך אומגעקוקט און ארומגעפרעגט, און ס’איז געבליבן אז ניו יארק איז דאס געאייגנסטע פלאץ. געפאקט זעק און פעק, און בשעה טובה ומוצלחת זיך באזעצט אין ברוקלין עיר הקודש. עס געדויערט אים צייט, אבער ביסלעכווייז באקענט דער איד זיך מיט דער חרדי’שער קולטור און לעבנסשטייגער. ער פארט דא און דארט, און באזוכט דער געגנט און יענעם שטעטל. ער גייט צו דעם רב און פראוועט זיך ביי יענעם רבי’ן. ער באזוכט טישן, דינערס, חתונות; לייענט פלאקאטן, פאשקווילן, צעטלעך, איסורים, ברכות, קללות, חרמות, קונמות — דאס גאנצע פעקל חרדי’שקייט כמות שהיא, מיט אלע פיטשעווקעס און צוגעהערן, מיט אלע אירע מעלות און חסרונות.

דער איד האט גירסא דינקותא, וואס ער געדענקט שארף און קלאר. ער ווייסט וועגן „התגרות באומות‟, וועגן אויפשטעלן אן אייגענע פירערשאפט פריער ווי ביאת המשיח, וועגן דער פראבלעם פון נעמען געלט פאר אידישקייט פון נישט-ערליכע מקורות (ער געדענקט אזש די לאגישע „נפעל‟ תוצאה פון דער „פועל‟ פעולה), וועגן ארויפגיין קיין ארץ ישראל גרופעסווייז, וכן הלאה ביז’ן לעצטן פראטעסט קעגן דער ביטערער גזירה פון אוועקרייסן אידישע קינדער פון לימוד התורה.

וויאזוי וואלט דער איד אפגעלערנט „חברה שומרים‟, פאליטישע קאמפיינס און מאכינאציעס אין די היימישע געגנטן און צווישן היימישע עסקנים, פראגראמען פאר מוסדות און יחידים, די ביישטייערונגען פון פארשידענע פילאנטראפן וועמענס מעשים זענען נאך צווייפלהאפטיגער ווי די כוונות און מקורות פון וואו דאס געלט שטאמט? וויאזוי וואלט ער אפגעלערנט די גרופעסווייזע לצורך-ירידה’דיגע עלי’ לארץ ישראל דורך גאנצע פליגערס פול מיט חרדי’שע אידן? און וואס טוט זיך מיט די חרדי’שע ווילעדזשעס, וואס האבן נאכנישט קיין אייגענע ארמיי באטאליאנען נאר צוליב דעם וואס דאס געזעץ לאזט נישט? און די קינדער און בחורים וואס ווערן ארויסגעריסן פון די ישיבה געביידעס, טאקע נישט דורך דעם צויבערדיגן „גיוס‟ ווארט אבער יא מחמת דעם עטוואס-ווייניגער באמבאסטישן „לא נתקבל‟ טערמין? און די מסירות און שלעגערייען, אין גאס און געריכט, אין שריפט און אויפ’ן ארון הקודש? וויאזוי וואלט ער פארטייטשט די ערשיינונג פון ארעמס און הענט וואס זענען זיך „מתנזר משלחן איזבל‟, אבער שטייען אויסגעשטרעקט אין דער פולסטער לענג און צעעפנט אין דער גאנצער גרויס, גרייט מקבל צו זיין מיט גרויס קנאות יעדע פרוטה פון סיי וועמען, סיי וואו, אויסער דארט וואו די מה-יאמרו-הבריות בושה לאזט נאכנישט? און די קני, די פעסטע, שטייפע קני „אשר לא כרעו לבעל‟ אבער ברעכן גרינג און באלבאטיש אונטער פאר’ן „עגל הזהב‟?

איך ציטער אז נאכ’ן איבערקומען די ערשטע כוואליע צעמישעניש, וואלט דער איד זיך אויפגעהויבן און אריבערגעצויגן קיין ארץ ישראל…