„טויטע חסידים‟ איז א צונאמען וואס איז אנגעטשעפעט געווארן צו די ברעסלאווער, נאך דער פטירה פונעם רבי’ן און גרינדער פון דער באוועגונג, רבי נחמן ברעסלאווער. ווי די חסידים זיינע האבן אפגעלערנט זיין רצון, האט רבי נחמן נישט געוואלט אז עמיצער זאל איבערנעמען זיין פלאץ נאך אים. האט ברעסלאוו טאקע קיינמאל נישט געהאט נאך א רבי’ן זינט דעמאלט. די חסידישע וועלט, וואס איז צוגעוואוינט אז דאס רבי-שטול בלייבט אייביג באזעצט מיט א לעבעדיגן מענטש, האט דעם פענאמען א נאמען געגעבן „טויטע חסידים‟.
חסידות איז א לעבעדיג וועזן. די דאזיגע באשעפעניש איז אויף דער וועלט אראפגעקומען פאר’ן צוועק פון אויפלעבן א פארגליווערטע אידישקייט. יהדות איז במשך די יארן אריינגעפאלן אין הינערפלעט. דער אופן פון איר עצם עקזיסטענץ איז געווען ווי א לועג-לרש געלעכטער פונעם „וחי בהם‟. יהדות און קיום המצוות דארפן פירן דערצו, אז דער מענטש זאל אנקומען וואס נאענטער צו א מצב פון „להתענג על השם‟ און פילן אלץ שטארקער יענעם דביקות, וואס ברענגט מיט זיך אן איבערוועלטישע הנאה און מתיקות. דער עסטאבלישמענט פון דער ערב-חסידות תקופה איז אבער אזוי פארנומען געווען מיט די מיטלען, די „טעכנישע‟ חלקים פון אידישקייט, אז זיי האבן פארגעסן דעם עיקר ציל. דער מיטל איז אומבאוואוסטזיניג פארוואנדלט געווארן אין דעם עצם ציל, בלי המשך צום אמת’ן ענדגילטיגן פונקט, וואוהין די מיטלען דארפן דערפירן. איז געקומען דער בעל שם-טוב, און האט א מיש געגעבן אינעם טאפ. דער גייסטיגער גיבור האט אפגעשיילט דעם פארהארטעוועט שיכט פון אויבן, און א פארע האט אנגעהויבן גיין. אידן האבן אויפאמאל דערשמעקט דעם גערוך פון אידישקייט, און האבן אנגעהויבן לעבן אויף דער וועלט ווי ג-ט האט געבאטן…
חסידות האט פארשטאנען אז חסידים נויטיגן זיך אין א רבי’ן טאקע צוליב דעם צוועק, פאר וועלכן חסידות איז אויף דער וועלט אראפגעקומען. די וועלט איז א לעבעדיג, דינאמיש פלאץ, און לעבעדיגע מענטשן און זייערע השגות און געברויכן זענען פון זעלבן טייג געקנאטן. די תורה איז נצחי; די דורות און אומשטענדן בייטן זיך אבער. דערפאר פעלט זיך אייביג אויס א מנהיג, א רבי, וואס זאל אנווייזן דעם עולם וויאזוי די תורה – תורת משה און תורת החסידות – איז שייך דא און יעצט, אין דער צייט און תקופה פונעם הווה. די השגות, אינאיינעם מיט די מענטשן אין וועמענס מוחות זיי וואוינען, האלטן אין איין זיך אנטוויקלען, און עס פעלן זיך אויס אז קוואליפיצירטע מענטשן, וואס באנעמען דעם פנימיות פונעם מענטש און זיינע געברויכן, זאלן ווייזן דעם וועג אהין פונעם פונקט ביי וועלכן מענטשן שטייען יעצט.
מיט’ן אויסנאם פון ברעסלאוו, האבן אלע חסידישע באוועגונגען אנגעהאלטן די מסורה פון שטעלן אין שפיץ א לעבעדיגן רבי’ן, וואס זאל ווייזן דעם וועג צו די לעבעדיגע פון זיין דור. האט דער גלות הדעת אונז אבער פארטראגן צו א מאדנעם פאראדאקסאלן מצב, אין וועלכן די לעבעדיגע חסידות’ער זענען בעצם טויטע באוועגונגען מיט טויטע רביסטעוועס. דער לעבעדיגער רבי טוט גארנישט מער ווי אנהאלטן די לעבעדיגע חסידים צו בלייבן קוקן אויף צוריק, און זיך נישט רירן קיין זיז כלשהו אויף פאראויס. דער „זיז כלשהו‟, א מליצה מיט’ן ציל פון דינען ווי אזא קאמפוס-כללי אז אינעם נאטירליכן אנטוויקלונגס-פראצעס זאלן מיר נישט פארלירן דעם יסודות’דיגן כיוון, איז געווארן א פארהייליגט באגריף וואס שטייט העכער און קומט פריער פונעם „אנוכי ולא יהי’ לך‟. חסידישע רבי’ס, וועמענס תפקיד איז אנהאלטן דעם דינאמישן דרך החסידות פאר לעבעדיגע מענטשן, זענען געווארן נשמות פאר שטרויענע גיבורים, וועמענס צעקלעצלטע הענט זענען אויף אייביג פארגליווערט אין דער זעלבער עבר-ריכטונג.
דווקא ברעסלאוו איז געווארן דער מקור פאר לעבעדיגקייט. דווקא ביי יענע טויטע חסידים ברויזט און שפרודלט. דווקא דארט וואו די חסידים פאלגן נאך א טויטן רבי’ן, דווקא און בלויז דארט בליט און לעבט דער דרך החסידות מיט זיין אריגינעלן און אמת’ן משמעות. דער בעסטער באווייז דערצו איז, אז אין דער צייט וואס ביי כמעט אלע חסידישע קרייזן באשטייען די עיקרים פון נאכקרימען דעם רבי’ן זכרונו לברכה’ס תנועות, זינגען דעם ניגון פון יענעם בארימטן הויף-מלחין, און עסן א ספעציעלן קוגל לקראת יומא דהילולא פונעם מייסד השלשלת, באשטייט ברעסלאוו היינט פון אזויפיל שטרעמונגען און קרייזן ווי טיפן און גרופעס זענען ביי כלל ישראל פאראן. אנשטאט דווקא דעם דאזיגן הוט, מיט’ן אייגנארטיגן קנייטש און קאליר כפי דרך הסלולה לנו מאז ומקדם, באשטייט דער ברעסלאוו-ספעקטרום פון אזויפיל פארשידנארטיגקייטן און אנדערשקייטן ווי נאר פאראן. און די סיבה איז דער זעלבער פארוואס ברעסלאוו האט נישט געוואלט נאך א רבי’ן נאכ’ן ערשטן און איינציגן: כדי דאס חסידות זאל נישט אנקומען צו יענעם גלות הדעת, פון וועלכן חסידות איז געקומען באפרייען. ברעסלאוו איז ווירקליך דאס איינציגע פלאץ, וואו דער דרך החסידות איז נישט נשתכח געווארן. לאנג נאך דעם וואס אפילו דער „תורת הנשתכח‟ איז שוין לאנג פארגעסן געווארן, לעבט אויף אלע באקן די נשמה פונעם בעש”ט און דאס משמעות פון זיין תורה ביי יענע טויטע חסידים.
ניצחתי ואנצח עוד … און נאך ווי!
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.