אין פאריגן ארטיקל האב איך אייך דערציילט וועגן דעם “אומוועג”, וואס מיין משוגענער פילאסאף האט גענומען אינעם עולם המחשבה און ווי דאס האט אים ענדגילטיג אריינגעפירט אין משוגעים-הויז.
ביים יעצטיגן שטאפל אין אונזער באקאנטשאפט, האב איך פארשטאנען אז דער פילאסאף איז לעולם טאקע גארנישט אזוי משוגע. ס’איז מיר נישט גרינג אנגעקומען צו פארדייען און נאך שווערער איז געווען דאס מודה זיין; אבער איך האב משלים געווען מיט’ן פאקט, אז אפגעזען פון זיין געזעלשאפטליכער אנגעהעריגקייט, רעדט דער דאזיגער משוגענער גארנישט אזעלכע שטותים.
ס’איז מיר נאר געבליבן זיך צו וואונדערן, צי ער איז צופרידן פון זיין מעמד אלס משוגעים-הויז איינוואוינער. ער האט נישט די גבורה זיך אפצושטעלן פון זיין שפאציר אויף קרימע וועגן, אנערקענען אז די יארן-לאנגע נסיעה איז געווען א טעות, און זיך אומקערן צום דרך המלך. כ’בין אבער נייגעריג געווען, צי ער זעט זיין מהלך החיים ווי א טעות וועלכן ער האט נישט דעם כוח צו פאררעכטן, אדער אזא בדיעבד, א וועג אויף וועלכן ער וואלט לכתחילה זיך טאקע נישט ארויסגעלאזט, אבער אז שוין יא אזוי, זאל זיין אזוי.
“אוודאי איז עס נישט גוט,” האט דער געווארענער פריינט מיינער אויף מיר אנגעשטעקט א פאר פאר’חידוש’טע בליקן. “ווי גוט קען עס שוין זיין צו לעבן אונטער’ן קאנטראל און אויפ’ן דיקטאט פון אנדערע מענטשן, און נאך צווישן א כאפטע אמת’ע משוגעים?”
נו, אויב האלט ער אז ס’וואלט אים בעסער געווען אינדרויסן פון די משוגענע ווענט, פארוואזשע קריכט ער נישט אראפ פון דעם הויכן פילאסאפישן בוים, און גלידערט זיך צוריק איין אין דער נארמאלער געזעלשאפט?
“נאך מער,” האט ער איגנארירט מיין קשיא און ממשיך געווען. “דאס גאנצע שגעון מיינער איז דאך בלויז אין קאפ. מיין התנהגות למעשה איז מער-ווייניגער נארמאל. טאקע עטוואס מאדנע,” האט ער ארויסגעלאזט א פאלשן געלעכטער, וואס איז געקומען באהאלטן די אומבאקוועמליכקייט פון דעם ווידוי, “אבער פארט, גענוג נארמאל צו קענען וואוינען און לעבן צווישן מענטשן.”
קיינער אויף דער וועלט, האט ער פארגעזעצט זיין הסבר, ווייסט דאך נישט וועגן דעם תוהו-ובוהו אין זיין מוח. אזוי לאנג ווי ער וועט נישט רעדן, וועט קיינער נישט וויסן אז במחשבה איז ער העט-ווייט “אראפ פון וועג”. אזוי לאנג ווי ער וועט זיך אויפפירן מער-ווייניגער נארמאל, וועט ער באקוועם אריינפּאסן אין דער געזעלשאפט.
“אביסל מאדנע וועל איך מסתמא יא פארקומען, אבער,” ווענדט ער זיך צו מיר, “ווייניג מאדנע מענטשן דרייען זיך אויף די גאסן? באופן למעשה, איז דער חילוק צווישן מיך און נארמאל נישט גרעסער ווי פון סתם מענטש ביז סתם אנדערן מענטש.”
ווידעראמאל טרעף איך זיך שטילערהייט מסכים זיין מיט זיין לאגיק. זאל זיין משוגע מיט א ספאדיק. דברים של טעם רעדט ער אבער, דער פילאסאף שבתוך דעם פארדרייטן מוח.
“דו ווייסט וואס דער סוד איז?” קוקט ער מיר פלוצים אריין אין די אויגן. “איך וויל זיין אנדערש ווי אנדערע. איך מוז מיט עפעס ארויסשטארקן פון דעם דורכשניט, כדי צו פילן חשוב ביי זיך אליין אין די אויגן. איך בין אייביג אזוי געווען,” לייגט ער צו נאך א קורצער פויזע.
“אבער למאי זיך נארן? ס’איז מיר נישט גוט אזוי.”
זיינע אויגן, וואס האבן ציללאז געגלאצט ווי אויף א ווייטן, אומזעבארען אויסקוק, האבן זיך פארקירעוועט אין א זייט. כ’בין כמעט זיכער, אז ער האט בגניבה א וויש געגעבן אין די אויגן.
דאס הארץ האט זיך מיר איינגעשרימפן פאר רחמנות אויף דעם אומגליקליכן ארעסטאנט. א בר-דעת, נעבעך פארשפארט אין זיין אייגענעם קאפ. א בר דעת, זאג איך? א נארמאלער, דורכשניטליכער מענטש, מיט שכל און הרגש, פונקט ווי אנדערע. גענומען ערגעץ-וואו א שלעכטן דריי, און קען נישט טרעפן דעם וועג אויף צוריק.
“אבער פארט…” כ’האב אנגעהויבן פרעגן, אבער געלאזט דעם אויספיר הענגען אין דער לופטן, ערגעץ-וואו נעבן דער וועלט, וואו ער און זיין מוח זענען שטעקן געליבן אין יענעם געווירבל.
דער פילאסאף איז אינדערצווישן צו זיך געקומען. ער האט באוויזן ארויסצושלעפן דעם קליינעם שטיקל “איך” זיינס וואס האט אריינגעבלאנזשעט אין הארץ און צוריק אריינפירן אין קאפ – דאס איינציג פלאץ וואו ער פילט באקוועם און זיכער; וואו ער איז אינגאנצן בעלאבוס און פולשטענדיג אין קאנטראל.
“מיינסט טאקע,” האט ער מיך אנגעקוקט מיט א טראציגן שמייכל. “איך קען זיין נארמאל. כ’וויל אבער נישט. אלס נארמאלער מענטש, האב איך נישט וואס צו ברענגען צום טיש: סתם א מענטש, פונקט ווי מיליאנען אנדערע. אלס משוגענער, בין איך א חידוש. זעסט דאך, אז דו אליין, וואס ווייסט שוין דעם סוד פון מיין שגעון, שמועסט מיט מיר לענגער ווי מיט אנדערע ‘נארמאלע’ באקאנטע דיינע. כ’בין גאנץ זיכער, אז ווען דו האסט זיך אפגעשטעלט נעבן מיר, האסטו נישט געפלאנט זיך אוועקצוזעצן כאפן א לאנגען און – זיי מודה – געשמאקן שמועס…”
ס’זאל מיר נאר פּאסן, וואלט איך מיט א פול מויל מודה געווען, אז ער איז כשר-גערעכט. פּאסט עס מיר אבער נישט. מהיכי תיתי, דברים של טעם רעדט ער. איך, מיושב, זאל מודה זיין אז ער, משוגע, האט אזוי קלאר ארויס די זאך – דאס גייט שוין נישט.
“איז, וואס בלייבט?” ווארף איך אריין א קשיא אבי אין דער וועלט אריין, סתם צו פילן אז ער האט נישט באוויזן אינגאנצן צו פארכאפן דעם קאנטראל אויפ’ן שמועס.
“עס בלייבט אזוי,” ענטפערט ער אויפ’ן זעלבן נוסח נאר בניחותא. “אויך דער יעצטיגער אייגנטליכער שמועס אונזערס, אין וועלכן איך האב דיר פינקטליך מסביר געווען וואס און פארוואס גייט דא פאר, איז אויך געטריבן פון דעם אייגנטליכן מאטיוו, וואס האט מיך דא לכתחילה אריינגעברענגט און וואס לאזט מיך נישט צוריק ווערן נארמאל –
“איך מוז – מוז! – זיין א חידוש. אנדערש גייט עס נישט.”
א מאדנע פייערל האט זיך באוויזן אין זיינע אויגן. איך האב געפילט א נויט ארויסצוגיין אויף דער לופט.