עס איז מיר לעצטנס אויסגעקומען צו באזוכן א משוגעים-הויז. א נארן-אנשטאלט איז איינס פון די מערקווירדיגסטע פלעצער, וואו מען קען הערן סאמע אריגינעלע חידושים. כ’האב דארט באגעגנט א צאל טשעקאווע און קוריאזע פיגורן, און כ’בין אויך – לאכט נישט – היפש קליגער געווארן.
שפאצירנדיג דורכ’ן קארידאר, האב איך באמערקט עמיצן זיצן און רויכערן. יענער איז געווען מסודר’דיג אנגעטאן, און פון זיין האלטונג וואלט איך געדרינגען אז דאס איז א גאנץ-נארמאלער מענטש. ער איז געזעסן, דעם קאפ אנגעשפארט אויף א האנט-פלאך, און געקלאצט אויפ’ן ווייטן הימל מיט א מינע פון אן עקסטצענטריסטישן פילאסאף.
“היי!”
יענער האט עטוואס אונטערגעהויבן דעם קאפ. אונזערע בליקן האבן זיך באגעגנט. אין זיינע טונקל-ברוינע אויגן האב איך באמערקט עפעס אן אפגלאנץ פון א פינקל, וועמענס מיין כ’האב נישט געקענט רעכט פארטייטשן.
“העלאו, סיר!” האט ער מיר געענטפערט. “וואס האבן מיר דעם כבוד?”
זיין רעדן און באנעמונג איז שוין געווען נאענטער צו פראפעסיאנאל ווי נארמאל. וואס איז די מעשה מיט דעם יונגערמאן?
כ’האב אנגעגעבן אן אויסרייד, און געפרואווט אנקניפן א שמועס.
“איר זענט געקומען עמיצן באזוכן?” פרעג איך.
שטעלט זיך ארויס, אז יענער וואוינט דא. דער אנשטאלט איז זיין היים.
“אבער אין דער אמת’ן אריין, וואוין איך נישט דא,” רופט ער זיך פלוצים אן. “נישט נאר וואס איך וואוין נישט דא, נאר דער אנשטאלט עקזיסטירט בכלל נישט. “דו,” ווייזט ער אויף מיר, “אויך נישט.”
און מיין נייער באקאנטער האט זיך אריינגעלאזט אין א שמועס, אין וועלכן ער האט מיר צעלייגט דאס ענין אויף קליין-געלט. מצד דעם בנין אויס, האט ער מיר מסביר געווען, איז דאס פלאץ גארנישט ספעציעל. די געביידע וואלט פונקט אזוי געקענט דינען, לאמיר זאגן, א שולע פאר קינדער. וואס מאכט דעם בנין פאר א משוגעים-הויז? נאר דאס, אז משוגעים וואוינען דערין. אבער ווער האט מחליט געווען, אז די איינוואוינערס פון דעם בנין זענען ווירקליך משוגע? דאס האבן אנדערע באשלאסן. אבער קיינער קען נישט מאכן אזעלכע באשלוסן פאר אנדערע מענטשן.
“אויב זאל עמיצער זאגן פאר איינעם פון די, וואס האבן מחליט געווען מיך דא אריינצוזעצן, אז ער מוז גיין וואוינען אין בראזיל, וואלט ער געווען מחוייב צו פאלגן?” פרעגט ער מיך מיט א גמרא-ניגון. “וואס בין איך אנדערש: פארוואס האט דער זעלבער מענטש מער רעכט אויף מיר, ווי ער דערלויבט אנדערע צו האבן אויף זיך?”
בקיצור, די מסקנא איז פשוט. דאס פלאץ איז נישט קיין משוגעים הויז. ערלעדיגט… עס שטעלט זיך אבער נישט אפ ביי דעם. ווייל דער בנין בעצם, עקזיסטירט לעולם אויך נישט. והא ראי’, צענעם די געביידע און הויפן אויף דאס ציגל און אנדערע מאטעריאל אויפ’ן זעלבן פלאץ וואו דער בנין שטייט יעצט. וואלט עמיצער דאס אנגערופן א געביידע? יא, ס’איז אמת אז דאס מאטעריאל איז פאקטיש נישט סתם א הויפן שטיינער און העלצער; אבער למעשה קומט דאך אויס, אז די גאנצע סיבה פארוואס דאס איז א געביידע איז בלויז דערפאר, ווייל דאס מאטעריאל איז אויסגעשטעלט געווארן אויף א ספעציפישן אופן. דאס איז טייטש, אז דו קענסט נישט טרעפן קיין שום פרט, וואס זאל פאר זיך אליין דעפינירן דאס מאטעריאל אלס א “בנין”. דו מוזט אנקומען צו א קאמבינאציע פון עטליכע פאקטארס, וואס יעדער איז א קאנצעפט פאר זיך. א געביידע איז עס בלויז דערפאר, ווייל מענטשן האבן אזוי באשלאסן. נו, איך בין דאך נישט מחוייב מסכים צו זיין. “איך בין דאך געבוירן געווארן מיט מיין אייגענעם שכל; דארף איך טראכטן מיט מיין קאפ, נישט יענעמס…”
עס גייט אבער נאך ווייטער ווי דעם. נישט נאר איז דער געביידע’ס עקזיסטענץ און צוועק מונחים בספק, נאר ס’איז גארנישט אזוי זיכער אז ער אדער איך – אדער סיי וועלכער אנדערער מענטש און זאך – עקזיסטירן בכלל. ווען עס חלומ’ט זיך מיר ווי איך באזוך א משוגעים-הויז, פילט און זעט עס אויס אזוי עכט ווי יעצט. א פאטש אין חלום טוט אויך וויי, פונקט ווי א שמייכל פילט גוט. אלא וואס? איינמאל כ’וועל זיך אויפכאפן, וועט די גאנצע זאך למפרע נישט זיין זיין קיין מציאות. דאס איז אבער נישט אמת. בשעת מעשה האט עס זיך געפילט אזוי אמת ווי יעצט. ס’איז נישט געווען קיין שום אנדייטונג אז נישט, און אלעס האט געפילט פונקט ווי אין דער ווירקליכקייט. מאן יימר אז יעצט געפין איך זיך נישט אין אזא סארט חלום? אפשר וועל איך זיך באלד אויפכאפן, און זיך טרעפן ערגעץ וואו אין סיביר צי אין אן אפריקאנער מדבר?
און אפילו אויב כ’וועק זיך נישט אויף: פארוואס איז א חלום ווייניגער אמת ווי דאס יעצטיגע מציאות? ביידע פילן בשעת מעשה אייניג אמת’דיג און מציאות’דיג. לאמיר זאגן, האט דער פילאסאף זיך געקאכט, אז ס’איז נישט קיין חלום, נאר דו און איך זענען ביידע וואך, און אונזער שמועס שפילט זיך אפ אין דער ווירקליכקייט. וואס וועט אבער זיין אויב דו וועסט זיך יעצט אויסשטרעקן און אויסהויכן די נשמה? מיט וואס איז דאס אנדערש ווי עמיצן וואס דערוועקט זיך פון אן אמת-פילנדן חלום?
דו און איך, ווי אלע אנדערע מענטשן און זאכן, זענען א חלום. “און דו ווייסט ווער עס חלומ’ט זיי?” האט ער מיך רעטאריש געפרעגט.
כ’האב א צעמישטער געצויגן מיט דער פלייצע.
“אויב אלעס איז א חלום, אדער עפעס ענליך צו א חלום, מוז דאך זיין עמיצער אין וועמענס פאנטאזיע דאס אלעס שפילט זיך אויס, ניין?”
כ’האב נישט געקענט העלפן און צוגעשאקלט. אזוי משוגע ווי ער זאל נאר נישט זיין, איז דא עפעס אן ארדענונג מיט זיין לאגיק…
“און דאס,” האט ער אויסגעפירט מיט א שטימע מלא מיסטעריע, “איז מיין סוד. ווען דו וועסט וויסן דעם ענטפער, וועסטו זוכה זיין אריינצוקומען דא. דעמאלט וועלן מיר אינאיינעם זיצן נישט-עקזיסטירנדיג און אויסטוישן אינפארמאציע מיט יענעם טרוימענדיגן וועזן.”
ווען איך בין ענדליך ארויסגעקומען פון דער נישט-עקזיסטירנדער געביידע, האט דער קאפ מיר געשווינדלט. עפעס א מאדנע געפיל האט זיך מיר באזעצט אין ברוסטקאסטן. כ’האב זיך אפגעוואשן דאס פנים מיט קאלט וואסער, און געדאנקט ג-ט פאר’ן מיך נישט דערציילן ווער ס’איז דער יעניגער, וואס חלומ’ט דאס אלעס אויס…
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.