Yiddish with an Aleph

א צייט צו טאן צו די זאך

The Time Is Right

פֿון בן זומא

  • Print
  • Share Share
JTA

מיין חשוב’ער קאלעגע פייוויש בן-גוריון האט אין זיין לעצטן קאלום (“א צייט צו בויען”, פאברואר 28) אנגעוויזן, אז ס’זענען שוין רייף געווארן די צייט און אומשטענדן פאר די מענטשן וואס זוכן א שינוי, א בעסער לעבן, אין די ראמען פון אידישקייט און חסידישקייט, זיך צו נעמען אין די הענט אריין און טאן צו דער זאך. בן-גוריון באטראכט די סיבות, וואס פירן גבירים צו עפענען זיך די טייסטערס לטובת כל’ערליי צוועקן און קאמפיינס – צניעות, אינטערנעט אא”וו – און פרעגט, פארוואס מען זעט נישט דאס זעלבע ביי “אונזערע מענטשן”, די וואס ווילן בלייבן חרדישע אידן און נארמאלע מענטשן, זיי זאלן זיך נעמען טאן דערצו, אנשטאט זיצן און זיך באקלאגן.

בן-גוריון האט דעם רעיון שיין און עלאקוואנט ארויסגעברענגט, און ס’איז נישטא וואס צוצוגעבן, אויסער א פרומען “אמן – לו יהי’ כדבריך.” כ’וויל אבער פארט יא עפעס צוגעבן. ווען מען הערט און רעדט און לייענט וואס מענטשן מיט אזעלכע מחשבות זאגן, באקומט זיך דער איינדרוק אז מיר זענען שטעקן געבליבן אין דעם זעלבן אופן טראכטן ווי די, פון וועמענס מהלך המחשבה מיר זוכן זיך ארויסצוזען.

מיר רעדן פון צעווארפן אדער איבערנעמען דאס עקזיסטירנדע, אדער בויען עפעס אויף אן ענליכן גרויס און פארנעם, נאר אויף אנדערע יסודות. און דא, לויט מיין מיינונג, שטעקט דער עיקר פראבלעם, דער הויפט מניעה פאר פארשריט. עס זענען שוין יעצט פאראן קלענערע מוסדות, שולן, און מענטשן יחידים וואס זענען פרייער, אפענער, און מער ארומנעמיג. יענע מוטשען זיך, קריכן, ווי מ’זאגט, אויף גראדע ווענט, צו בלייבן מיט’ן האלז העכער’ן וואסער. לאמיר זיך פאראייניגן ארום און אונטער יענע ערשטע נחשונים. די ערשטע קאנסטרוקטיווע שריט זענען שוין דורך אנדערע גענומען געווארן; לאמיר אינאיינעם פירן די זאך צו דער נעקסטער שטופע.

ווען מיר זעצן זיך אוועק פלאנירן תכלית, למעשה, טאר מען נישט שטעקן בלייבן אינעם ראם, וועלכן מיר ווילן צעברייטערן אדער זיך ארויסזען. אונזער טראכטן דארף זיין ברייטער ווי די, פון וועלכן מיר ווילן זיך ארויסזען, ווייל אנדערש וועלן מיר טאקע נישט באווייזן אויפצוקומען מיט א ממשות’דיגער לעזונג. ברייטער מיינט נישט אייביג גרעסער. מען דארף האלטן פאר די אויגן וואס מען וויל, און דערנאך געפינען א מהלך וויאזוי אהין אנצוקומען.

רעוואלוציעס געשעען נישט אזוי גרינג און שנעל. אזוי לאנג ווי ווען שינוי וועט ביי אונז זיין סינאנים מיט רעוואלוציע, וועלן מיר קיין סך פארשריט נישט מאכן. אנשטאט איבערקערן די קהילה מיט’ן קאפ אראפ און די פיס ארויף (וואס וועט במילא נישט געשען אזוי שנעל), ליבערשט לאמיר זען וואס מען קען יא בויען, העלפן, בעסער מאכן מיט די זאכן און אומשטענדן וואס מיר האבן יא.

עס זענען פאראן מוסדות און מענטשן וואס טראכטן און טוען אויף א פארנעם און מהלך וואס דערהייבט אנדערשקייטן און ווי די נארמעס זענען נאענטער צום שכל, מציאות, און אפילו תורה. לאמיר זיך נעמען שטיצן יענע; לאמיר זיך אריינריקן דארט און אנהייבן א לעבן אויפסניי. לייגט אריין די קינדער אין אזעלכע מוסדות, וואס ווערן געפירט דורך שכל און וואו ישרות און חינוך דאמינירט דעם מהלך אנשטאט קליינקעפיגקייט און תאוות השררה. עס זענען טאקע נישטא קיין סך, אבער אזעלכע זענען זיכער און קלאר פאראן. די וואס וואוינען אין די געגנטן וואו עס זענען אזעלכע מוסדות פאראן, זאלן אהינלייגן די קינדער, אנשטאט בלייבן זיצן וואו מען איז נישט צופרידן און זיך אויסגעבן אויפ’ן אינטערנעט. די וואס וואוינען אין ערטער וואו אזעלכע מוסדות זענען נישט בנמצא, זאלן זיי כאטש פרובירן שטיצן. נוצט דעם אינטערנעט און די אינטערנעט זייטלעך וואו עס דרייען זיך מענטשן וואס טראכטן און רעדן אזוי, ארויסצוהייבן דעם שבח פון יענע מוסדות.

עס זענען אויך פאראן מענטשן, סתם מענטשן, עסקנים, און אפילו אויבנאן-אידן, וואס טראכטן ברייטער ווי אנדערע. זיי קענען נישט רעדן און טאן, ווייל זיי זענען דאך באגרעניצט פון מענטשן און אומשטענדן גענוי, אויב נישט מער, ווי מיר אלע. לאמיר אויסזוכן די דאזיגע יחידים און זיי לאזן וויסן אז מיר שטייען הינטער זיי. זאגט זיי אדער שרייבט וועגן זיי א גוט ווארט. העלפט זיי, שטיצט זיי, שמייכלט צו זיי, אידענטיפיצירט זיך מיט זיי – בגלוי, אויב מעגליך.

אויב שרייבט איר אויף “קאווע שטיבל” אדער אנדערע אזעלכע ערטער, דערציילט דער וועלט וועגן די דאזיגע מוסדות; רעדט וועגן גוטע, קאנסטרוקטיווע מענטשן און זייערע געדאנקען; העלפט טראכטן און אויפקומען מיט אופנים וויאזוי צו העלפן די וואס טוען יא. שיקט א דאלאר פאר פרייע, אפענע מוסדות – אפילו בלויז פאר’ן צוועק פון מאכן א סטעיטמענט, אויב קענט איר נישט טאן עפעס ממשות’דיג למעשה’דיג.

אויב זענט איר יא פון די, וואס זענען אזוי אנגע’ברוגז’ט אז ס’קומט אייך שווער אן צו בויען און שטיצן, נוצט כאטש די צעשטערערישע כוחות צו צעבלאזן די משונה’דיגע, אומ’שכל’דיגע נארמעס פון אונזער געזעלשאפט, ווי דעם הויכן לעבנס-סטאנדארט, דעם פחד פאר אנדערע מענטשן, די אומ’שכל’דיגע פארמאליטעטן וואס דערשטיקן יעדן ריר אויף טריט און שריט.

די נקודה איז, אז אויב מיר וועלן פארקירעווען דעם פאקוס און ענערגיע אין דער ריכטונג פון בויען און אויפטאן, וועלן מיר זיכער א סך ווייטער אנקומען. כ’גלייב, אז ביז א קורצער צייט מיט אזא גאנג וועלן זיך דערקענען ממשות’דיגע שינויים לטובה.