רעוואלוציעס און איבערקערענישן זענען א פאקט פון לעבן. ס’איז א מציאות וואס יעדער מענטש און יעדעס לאנד – און אפילו די וועלט – מוז צומאל דורכגיין. פארוואס דאס איז אזוי, איז אן ענין פאר זיך. דאס אז עס איז אזוי, איז אבער א פאקט.
ס’איז אויך א פאקט אז ס’איז נישט פאראן קיין וועלטס-מאכט וואס איז געבליבן שטיין לעולם וועד. דורכאויס דער היסטאריע זענען שוין געווען פילע אימפעריעס און מלוכות, אבער קיינער איז נישט געבליבן שטיין על מכונו. פריער צי שפעטער איז געקומען די צייט, און די מלוכה איז ווי א פרומער קריסט געפאלן אויף די קני. פאראן אימפעריעס, ווי למשל ענגלאנד, וואס זענען אזוי געבליבן קניען לאורך ימים, בשעת אנדערע, ווי דעם סאוועטן פארבאנד, איז ווי אן ערליכער מוסולמענער געפאלן צו דער ערד און געקישט די פאדלאגע. שטיין געבליבן איז אבער קיינער.
נאך איין נקודה. איבערקערענישן און רעוואלוציעס געשעען אפטמאל פלוצים, אן קיין פריערדיגער, אדער מיט בלויז א שוואכער ווארנונג פון פריער. אזוי, יעדנפאלס, זעט עס פון אויבנאויף אויס. דער סאוועטן פארבאנד איז א גוטער ביישפיל. די מעכטיגע אימפעריע – דער רוסישער בער – איז צעפאלן אין ממש עטליכע טעג. א נאענטער בדומה לו איז די 9-11 טראגעדיע, אין וועלכער די צוויי אייזערנע ריזן, סימבאלן פון קאפיטאליזם און דער מעכטיגקייט פון דער מערב-וועלט, זענען פראסט צעברעקלט געווארן אין לויף פון א פאר שעה’ן.
אזוי, ווי געזאגט, זעט עס אויס. ס’איז אבער א דבר פשוט אז אין אמת’ן איז עס נישט אזוי. גרויסע געשעענישן שפילן זיך נישט אויס פלוצלינג, אן קיין סיבה פון פריער. אן איבערקערעניש איז דער קולמינאציע-פונקט פון א צאל קלענערע געשעענישן און מיקרא-פאקטארס, וואס האבן זיך צוזאמגענומען אינאיינעם. די גורמים וואס פירן צו גרויסע איבערקערענישן אנטוויקלען זיך שטאפלווייז, ביסלעכווייז. זיי באשטייען פון א סך פרטים און קליינע, אפילו אומוויכטיגע געשעענישן, וואס ווען באטראכט באזונדער זענען טאקע נישט עפעס ווער-ווייסט-וואס, אבער אינאיינעם פורמען זיי א מאכטפולן כוח מיט קראפט צו טוישן, אומאווארפן, צעשטערן.
די קלייניגקייטן זענען פארהעלטניסמעסיג אומשולדיג. און זיי ווערן טאקע אזוי אויפגענומען. די מידיא באריכטעט וועגן זיי, עקספערטן פארטייטשן דעם מיין, און עולם לייענט און הערט וועגן אלעם מיט א האלבן אויער און איז באלד ממשיך מיט’ן לעבן. אלעס שפילט זיך אויס בהדרגה, און ס’איז שווער צו דערקענען אין די וואקסנדע ווינטן אייגנטליכע סימנים פון אן אנקומענדן שטורעם. הערשט ווען אלעס הייבט אן שאקלען און ציטערן בלייבן אלע אויפאמאל שטיין, און מען קוקט מיט שרעק און וואונדער אויף דעם חורבן וואס שפילט זיך אויס פאר די אויגן.
איך בין כמעט ווי איבערצייגט אז די קומענדיגע אזא צעשאקלונג וועט זיך אפשפילן נישט אינעם מיטל-מזרח אדער אייראפע, נאר דווקא אין די פאראייניגטע שטאטן. די איבערקערענישן וועלן מסתמא אויפציטערן דעם רעשט פון דער וועלט. דער שווערפונקט וועט אבער זיין דא. כ’ווייס נישט צי ס’וועט קומען אין דער פארעם פון אזא טאטאליטארישער הערשאפט, אדער אזא געזעלשאפטליכער ערדציטערניש וואס וועט אלעס צעווארפן, צעשטערן און איבערלאזן חורבות און כאאס. א יסודות’דיגער טויש, דיקטאטורשאפט צי צעפאלעניש, וועט אבער גאנץ זיכער קומען און איבערנעמען דאס פלאץ פון דער יעצטיגער רעלאטיווער רואיגקייט און ארדנונג. מיר זענען יעצט עדות צו צופיל עקסטרעמיזם, צופיל אומצופרידנהייט, צופיל נעגאטיווע סענטימענטן, צופיל אומצוטרוי, צופיל מאדנע דערשיינונגען, צופיל צעמישעניש ביי דער פירערשאפט, צופיל אומזיכערקייט אין זיך אליין, צו טראכטן אז די נאענטע צוקונפט וועט זיין בעסער ווי די געגנווארט.
אין דער וויסנשאפט איז פאראן דאס געזעץ פון “אַנטראָפּיע”, וואס זאגט, אז די טבע האט א נאטירליכע נטי’ צו פירן זאכן פון סדר צו אומ’סדר און אפילו כאאס. וואסער, למשל, דארף א כוח עס צוזאמנעמען אויף איין פלאץ. ווען געלאזט פריי, וועט זיך עס צעשווימען און צעשפרייטן אין יעדער מעגליכער ריכטונג און אן קיין שום סדר און ארדנונג. דער שוואונג וואס פילט זיך אין דער לופטן איז נעגאטיוו און צעשטערעריש. זאכן גייען זיך נישט צונויפקומען און מסדר זיין בדרך נס. ס’איז שוין לאנג נישט די שוואכע עקאנאמיע. די געזעלשאפטליכע פראבלעמען זענען טיפער, ברייטער, כמעט שוין פערמאנענטע. איך האלט נישט אז אבאמא טראגט זיך ארום מיט א באהאלטענער אגענדע איבער חרוב מאכן דאס לאנד. ס’איז נישט ער, נישט יענער, און נישט קיין שום דריטער. זיי אלע און מיר אלע געפינען זיך אין איין געווירבל, וואס איז גרעסער ווי מיר אלע און וואס פירט און טרייבט די מענטשן און געשעענישן אין יענער שרעקליכער ריכטונג. ס’איז עפעס גרעסער און אפילו קליגער ווי די שפילערס, צעשפילטע און אויסגעשפילטע.
ווער, וועט איר פרעגן, בין איך, פשוט’ער, פראסטער איד-פון-א-גאנץ יאר צו מאכן אזעלכע ווילדע נבואה-פראקלאמאציעס? איז דער תירוץ טאקע דאס: כ’בין א פשוט’ער, זייער פשוט’ער מענטש, מיט זייער באגרעניצטער בילדונג און ווייניג ידיעות אין סיי וואס. און טאקע דערפאר דערלויב איך זאגן וואס איך זאג. מיין קאפ איז נישט פול מיט סטאטיסטיקס און חשבונות; מיין מוח איז ליידיג פון עקספערטיז און היסטאריע. איך קוק אן זאכן מיט’ן פשטות און נאאיוויטעט פון א קליין קינד. ביי א קינד הערט מען דעם נאקעטן, אומ’רחמנות’דיגן אמת אזוי קלאר און שארף ווי אין ערגעץ און ביי קיינעם נישט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.