אין 19טן יארהונדערט איז ארויס א נאוועלע מיט’ן טיטל „פראנקענשטיין‟. די מעשה, בקיצור נמרץ, איז וועגן א וויסנשאפטלער, וויקטאר פראנקענשטיין, וואס באשאפט אזא סארט אינטעליגענטן „גולם‟, איבער וועלכן ער פארלירט תיכף דעם קאנטראל. דער גולם-מאנסטער טוט דורכאויס דעם מעשה’לע אפ שאדנס און מארדעט עטליכע פון וויקטאר’ס נאענטע. ביים סוף פון דער נאוועלע זיצט דער מאנסטער און וויינט נעבן דעם טויטן קערפער פון וויקטאר, זיין באשאפער.
יענער גולם קומט אויפ’ן געדאנק ביים זיך אומקוקן, וואס עס קומט פאר אין דער חרדישער געזעלשאפט. פון א באשיידענער גרופע פרומע אידן, האט דער סעקטאר זיך אנטוויקלט אין א באוועגונג פון צענדליגער טויזנטער מענטשן. דער ערשטער דור חרדים האט זיך אויסגעשטעלט א מהלך החיים, וואס האט געשטימט מיט זיינע שטרעבונגען, צילן, כללים, און אספיראציעס. דאס האט פיין געארבעט, ווייל יענע וואס האבן זיך געפונען אין דעם מסגרת האבן טאקע דאס געוואלט.
היינט, עטליכע דורות שפעטער, געפינען מיר זיך אין א וועלט וואס איז גאר אנדערש ווי יענע, אין וועלכער די דאזיגע קבוצה איז געשאפן געווארן. ס’איז אן אנדער וועלט, מיט אנדערע מענטשן, אין אן אנדער אטמאספער, מיט אנדערע געברויכן, און גאר אנדערע פראבלעמען. אבער אנשטאט זיין רעאליסטיש און טאן דערצו, אז „חרדיזם‟ — אן ערליכע, מסורהדיגע אידישקייט (וואס דאס זאל נאר נישט מיינען) — זאל האבן א קיום, טוט מען אלץ צו פארזיכערן זיין סוף. אין דער צייט וואס לכתחילה-אומזיניגע „תקנות‟ ווערן „באפעסטיגט‟ מיט נאך מער נארישע און ראדיקאלע „גדרים וסייגים‟, ווערן די פארבליבענע סימני חיות פון אידישקייט און לעבן אפגעסמט און אפגעטויט. די וואס דארפן און קענען מתקן זיין, זענען ביז גאר פארנומען בויען שטאקן-הויכע באריקאדעס ארום בעט פון א גוסס ערב דעם לעצטן אטעם, צו זיכער מאכן, אז דער כמעט-טויטער אנטלויפט נישט פונעם מלאך המוות.
עס זענען פאראן פראבלעמען, ברענענדע פראבלעמען, וואס פייניגן טויזנטער אינעם חרדישן לאגער. זיי פייניגן מענטשן, אבער איינצייטיג גראבן זיי אונטער דעם יסוד פון אונזער עקזיסטענץ ווי חרדישע אידן.
דריי אזעלכע נקודות קומען אויפ’ן געדאנק: חינוך, שידוכים, און פרנסה.
חינוך מיינט מחנך זיין. גענוג פשוט. מחנך זיין מיינט נישט, אז אור-אלטע בטלנים זאלן אויפנעמען מינימום-געהאלט ארבעטערס אלץ מחנכים/מחנכות, און שטאלצע זיידנס-אן-אייניקל אלץ מנהל/מנהלת. אויב זענען די מוסדות-טאטעס נישט גרייט אויפצונעמען עקספערטן, זאלן זיי כאטש זיכער מאכן, אז די מחנכים זאלן אין קאפ האבן כאטש עפעס ווייטע ענליכקייטן צו א שכל הישר, און אז אינעם לינקן ברוסטקאסטן חלל זאל קלאפן א מענטשליך הארץ, ווי איידער א שטיין ארומגענומען מיט א שיכט אייז. אויב נישט עקספערטיז, זאלן זיי כאטש האבן שכל; אויב נישט קיין דיפלאם, כאטש געפיל.
שידוכים איז נישט קיין טעכנישע פראצעדור, מיט א ציל פון פארוואנדלען צוויי מענטשן אין א נחת-פראדוצירנדער קערפערשאפט. דאס צונויפפארן צוויי מענטשן אלץ לעבנסלאנגע שותפים קען בשום אופן נישט קומען צו דינען אזא קינדישן, קורצזיכטיגן צוועק ווי אונטערהייבן ברעמען פון יאכנעס און יענטעס אדער צעשפרייטן ליפעלעך ביי מארק-אידענעס און בטלנים אין פאליש. די ביי וועמען אזעלכע זאכן זענען בכלל א פאקטאר, אפילו א מינימאלער, זענען מענטשן וואס בתמים צי בזדון האבן ביים פאסן דעם וויכטיגסטן באשלוס אין א מענטש’ס לעבן נישט אינזין די טובה פון דעם, וועמען די זאך איז צום מערסטנס נוגע. דאס איז טפשות אין בעסטן פאל און רשעות אין ערגסטן.
דער לעבנס-סטאנדארט פון דער חרדישער משפחה שטייט אויף א שטאפל, וואס איז העכער דער איינקונפט-מעגליכקייט פונעם טיפישן יונגערמאן — שוין נאך אלע האלב-כשרע און גאנץ-טריפהנע דריידלעך. דער רוב פון אונז וויל לעבן גראד און ערליך, און וואלט גערן פטור געווארן פון א גרויסן טייל אומנויטיגע אויסגאבן, און מיט זיי אינאיינעם — די רעגירונגס-שטיצע. מיר ווילן, אבער קענען נישט. מיר קענען נישט, צוליב דער זעלבער סיבה פארוואס מיר פירן א לעבן וואס איז לאו דווקא לויט די אייגענע איבערצייגונגען און אפילו נפשיותדיגע מעגליכקייטן.
די דריי זאכן האבן איין צד השוה. פאראן ביי אונז איין-איינציגער וועג, א גאר שמאלע אתונו-של-בלעם שטעגל, מיט הויכע, צעמענטענע ווענט ביי די זייטן, אויף וועלכן אלע מוזן שפאנען פון געבורט ביז’ן טויט. איינע פון די תוצאות פון גיין אויף אזא וועג איז, אז יעדער מוז טאן דאס וואס אלע טוען. דאס, דער שמאלער צוואנגס-וועג וואס די פירערס אונזערע באוואכן אזוי זארגפעליג, ברענגט מיט זיך זייטן-ווירקונגען. און ס’איז דאס אחריות פון די וועג-וועכטערס זיי צו אדרעסירן, לכל הפחות מיט האלב אזויפיל אייפער ווי די נאכאנאנדע משונהדיגע גזירות וואס זיי צווינגען ארויף אויפ’ן עולם.
די אויסגערעכנטע פראבלעמען זענען א דירעקטער פועל-יוצא פון דעם קאנטראלירטן קאמוניזם וואס דאמינירט יעדן אספעקט פון אונזער לעבן. און די וואס פארארבעטן מעשים, צו פארזיכערן אז דער סיסטעם בלייבט אומבארירט (אריינגערעכנט אזא פורים-תורה ווי נוצן דעם „חדש אסור מן התורה‟ אויף אזא אריגינעלן חידוש ווי בתי חינוך פאר מיידלעך), דארפן מאכן תיקונים אין די תחומים וואו דער סיסטעם האט געברענגט יסודותדיגע עוולות.
שפעט איז שוין לאנג. דער זייגער שטייט שוין ביי 11:00. זיי דארפן עס טאן כל זמן ס’איז נישט צו שפעט. איינמאל דער פראנקענשטיין מיט וואס דער סיסטעם שוואנגערט וועט געבוירן ווערן, וועט גארנישט בלייבן צו טאן, אויסער וויינען נעבן טויטן בעט פון יענעם, וועמען בלינדע אויגן האבן בקום ועשה צי בשב ואל תעשה אומגעבראכט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.