שוין א לאנגע צייט וואס איך טראג זיך ארום מיט דער השערה, אז די חכמים פון אמאל האבן א סך קלארער פארשטאנען די נושאים וואס זיי האבן באהאנדלט, ווי די חכמים פון אונזערע צייטן היינט.
פאר טויזנטער יארן צוריק, איז די וועלט טאקע געווען זייער צוריקגעשטאנען. מיר זענען א סך מער פארגעשריטן ווי מיט אפילו בלויז פופציג יאר צוריק. א סך פון דער טעכנאלאגיע וואס זענען פאר אונז פשוט’ע זאכן, וואלטן מיט הונדערט יאר צוריק פארגעקומען ווי ניסי-ניסים. איך מיין אבער אז טאקע דאס, טאקע אונזער פארגעשריטנקייט, איז די סיבה פארוואס די פילאסאפן אמאל האבן א סך בעסער ארויסגעהאט דאס עסק ווי מיר היינט.
זייער לעבן און סביבה איז געווען זייער פשוט. זיי האבן נישט געהאט די ידיעות און ערפינדונגען ווי מיר היינט — בעצם א סך-הכל פון וואס די מענטשהייט האט זיך אנגעקליבן אין משך פונעם עבר. במילא, ווען יענע פילאסאפן האבן זיך גע’חקר’נט אין אן ענין, האבן זיי זיך אפגעגעבן דערמיט אויפ’ן סאמע יסודות’דיגן שטאפל. ווען די היינטצייטיגע וויסנשאפט באהאנדלט א זאך, זענען פאראן אזויפיל פרטים און הנחות קדומות, פּרע-קאנצעפציעס, אז אין רוב פאלן אנאליזירט זי פרטים, אנשטאט דער אייגנטליכער זאך.
א דוגמא אויף למעשה. דער בארימטער וויסנשאפטלער, סטיווען האקינג, וועלכער ווערט באטראכט ווי דער גרעסטער פיזיקער פון אונזער דור, האט ביי א לעקציע דערקלערט, אז דער אוניווערס איז נישט מחייב דעם מציאות פון א באשעפער. האקינג’ס סברה איז באזירט אויף א טעאריע וואס זאגט, אז דער אוניווערס איז קיינמאל נישט “באשאפן געווארן”. אנדערש ווי אנגענומען, אז די בריאה איז אמאל נישט געווען — אז זי איז באשאפן געווארן פון גארנישט. זאגט די טעאריע, אז דער קאסמאס איז באמת א טייל אין א ציקל, אין וועלכן אן אוניווערס ווערט באשאפן, לעבט זיך אפ די עטליכע ביליאן יארן, שטארבט, און מאכט פלאץ פאר א פרישן אוניווערס.
אין אנדערע ווערטער הייסט עס אזוי: וויבאלד דער אוניווערס, אין וועלכן מיר לעבן האט זיך נישט אנגעהויבן אין אן אמת’ן „בראשית‟, נאר איז ווי א פאזע אין אן אומענדליכן ציקל, איז דאס שוין נישט קיין זאך וואס איז „געשען‟, נאר עפעס וואס „איז‟. איינמאל ס’איז נישט געשען, פעלט דאך שוין נישט אויס קיין באשעפער וואס דאס האבן געמאכט.
איך, נישט-פיזיקער, נישט-פילאסאף, קוים-שרייבער, האב נישט זוכה געווען צו פארשטיין די תורה. ווייל איינמאל דא איז דא א ציקל — א סיסטעם מיט סדר און געזעצן — מוז דאך זיין עפעס וואס זאל האבן דעם דאזיגן עצם סיסטעם באשאפן. האקינג מיט זיין טעאריע טוט אזויפיל אויף, אז אנשטאט זיך אפגעבן מיט בלויז אונזער וועלט, אדער אונזער אוניווערס און זיינע געזעצן, גיט ער זיך אפ מיט א סיסטעם פון אוניווערסן. דאס הייסט, ער צעברייטערט דעם גע’חקרנ’טן שטח פון איין אוניווערס צו אן אומענדליכן סיסטעם וואס באשטייט פון ווערן און נישט-ווערן. אבער דאס טוישט דאך גארנישט! די זעלבע לאגיק וואס דיקטירט, אז א וועלט מוז האבן א כוח/סיבה, זאגט אויך אז א סיסטעם פון באשאף-חורבן-ווידער באשאף מוז האבן א כוח/סיבה וואס זאל דעם סיסטעם האבן איינגעשטעלט.
האקינג אליין, ווי די וויסנשאפטליכע וועלט בכלל, זוכט דאך כסדר די סיבות צו דערשיינונגען און געשעענישן. דאס נעמליכע בריאה-ציקל פשט’ל קומט דאך אדרעסירן ממש דאס: וויאזוי איז דאס געשעענע געשען. אויספירן זיין תורה מיט אזא הסבר איז דאך ממש אבסורד.
האקינג איז גאר א געלערנטער מענטש. ער איז א חכם און א מחדש. אבער זיינע ידיעות זענען באגרעניצט צו דעם פעלד אין וועלכן זיין עקספערטיז שטעקט. האקינג קען פיזיקס בעסער ווי סיי וועמען אויף דער וועלט. אבער די נושא, צי די בריאה האט געהאט א בורא, איז נישט זיין תחום. ס’איז א פעלד אין וועלכן יעדער מענטש מיט שכל און א מעגליכקייט צו מאכן דעם סאמע מינימאלן לאגישן חשבון האט אייניג צוטריט און איז אייניג בארעכטיגט ארויסצוזאגן א מיינונג – גארנישט ווייניגער ווי דעם גרעסטן געלערנטן.
און איך, פשוט’ער מענטש, מיט פשוט’ן שכל, זעט די טעמע ווי א המשך פון דעם אור-אלטן וויכוח פון בריאה-בורא און סיבה-מסובב. ס’איז די אייגענע שאלה, די זעלבע קשיות, די זעלבע צדדים. האקינג’ס טענה איז קיין האר נישט אנדערש ווי די גריכישע פילאסאפן וואס האבן פאר עטליכע טויזנט יאר צוריק ארויסגעשטעלט א הנחה פון עולם קדמון. האקינג ניצט נאר היינטצייטיגע טערמינאלאגיע. גארנישט מער. זיין הנחה האט קיין שום שייכות מיט זיין גדלות און קענטעניסן. אלץ וואס ער זאגט איז שוין לאנג געזאגט געווארן.
אויב דער גרעסטער וויסנשאפטלער היינט קען איבערזאגן די זעלבע זאך ווי די פילאסאפן אמאל, און אויסזינגען דעם חידוש מיט’ן זעלבן ניגון ווי ביים רעדן וועגן איינעם פון זיינע אמת’ע פיזיק-חידושים, איז טייטש אז ער פארשטייט לכאורה נישט די צדדים אין דעם ויכוח. ער כאפט נישט אז די חכמים אמאל האבן זיך מיט דער פראגע אפגעגעבן אויף א גאר יסודות’דיגן שטאפל, בעת ער איז פארכאפט אין איין פרט פון דער סוגיא.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.