אן ארטיקל פון גענאדי עסטרייך טיטלירט “א פייגעלע אין בוזעם, אדער חרדים אין היינטיגער אידישער קולטור” (“פארווערטס”, פאברואר 7) באקלאגט זיך איבער דעם צעבלאזענעם חלום אז די ישועה פאר אידיש-קולטור וועט קומען פון אידיש-רעדנדע חרדים. עסטרייך באקלאגט זיך אז אנדערש ווי מאנכע ווילן זאגן, אז דער אויפלעב פון אידיש, ווי א שפראך און קולטור, וועט קומען פון דער פרומער וועלט, ווייזן די פאקטן אנדערש. מיר זעען נישט אז די אידיש-רעדנדע יונגעלייט וואס פארלאזן די פרומע וועלט זאלן זיך קערן צו אידיש.
עסטרייכ’ס אויפפאסונג איז א ריכטיגע. איך וויל נאר זאגן די סיבה פארוואס דאס איז אזוי. די “אידיש-קולטור” פון וועלכער דער חשוב’ער שרייבער רעדט, איז עפעס וואס שמעקט פון בתי עלמין און מוזעאומס. דער גרויסער רוב פון דער אידישער ליטעראטור איז געווידמעט א זייער שמאלן ספעקטרום פון טעמעס — חורבן, דעם “אמאל”, די גרויסע שרייבערס און קינסטלערס וואס אידיש האט ארויסגעגעבן, אא”וו. אויף וויפיל אידיש-קולטור איז היינטצייטיג, דרייט זי זיך בעיקר ארום נודנע פארש-ארבעטן, דקותדיג-וויסנשאפטליכע טעמעס וועגן שפראך, און דער השפעה וואס דער אדער יענער אידישער שרייבער האט געהאט אויף דער ארומיגער קולטור.
דאס איז גוט פאר מענטשן וואס האבן אדאפטירט אידיש מחמת ליבשאפט אדער נאסטאלגיע; אדער מענטשן וואס זעען אידיש ווי א מיטל זיך פון זיך אומקערן צו די ווארצלען; אדער וויסנשאפטלער און פארשערס. דער טיפישער חרדישער מענטש איז אבער אויסגעקנאטן פון אן אנדער טייג. ער לעבט אין דער היינטיגער וועלט און זיינע אינטערעסן זענען יעצטיגע און סביבהדיגע.
אונזערע קלאסיקערס, וואס דינען ווי דעם קערן פאר רוב “היינטצייטיגע” ליטערארישע ווערק, האבן זיך נישט אפגעגעבן מיט’ן אידיש-לעבן פונעם מיטלאלטער. פרץ האט געשריבן אין און וועגן דער וועלט אין וועלכער ער האט געלעבט. (אויפ’ן געדאנק קומען זיינע “רייזע נאטיצן”.) מענדעלע’ס סארקאזם האט געביסן די קארופציע פון שטאט-מאכערס אין זייט צייט. שלום עליכם האט געלאכט און געוויינט מיט’ן פראסטן המון עם פון זיין שטעטל.
אמת, מען האט דעמאלט אויך געשריבן וועגן דעם “אמאל”. אבער נאר בתורת אויך. באזינגען און באוויינען דעם אמאל איז שיין, אבער דאס קען נאר זיין א צווייג אין דעם ליטעראטור-בוים. דער שטאם אליין קען נישט באשטיין פון אפגעניצטן, אלטמאדישן מאטעריאל. אזא בוים איז זייער חשוב; אבער געווענליך שטעלט מען אים אריין אין א מוזעאום, באשיצט מיט דיקע גלאז-ווענט. אזא בוים קען אבער נישט לעבן און בליען אין דער וועלט פון ווירקליכקייט.
דאס זעלבע מיט דער שפראך. א לשון, ווי דער נאמען זאגט אויס, איז א תוצאה פון דער צונג. א שפראך געבוירן אין קאלעדזש-טעקסטביכער וועט בלייבן לעבן אין קאלעדזש; זי וועט גערעדט ווערן דורך פראפעסארן און קאלעדזש-סטודענטן.
די חרדים פארמאגן א שפראך און א קולטור. זייער שפראך הייסט “אידיש”. “יידיש” און “יידישע קולטור” איז זיי אזוי פרעמד ווי דאס שפריכווארט “א פייגעלע אין בוזעם”. די אידישע קולטור איז טאקע זייער ארעם, אבער דאס זעלבע איז אמת פאר דער יידישער קולטור.
וואס שייך קולטור, הייסט עס, האבן די צוויי ווייניג וואס צו פארקויפן איינער דעם צווייטן. דאס מיינט נישט אז ס’איז נישט געבליבן עפעס וואו די צוויי לאגערן קענען זיך פארשטיין און אפילו זיך משלים זיין. וואס שייך די סאמע עלעמענטארע שפראך-יסודות — גראמאטיק, אויסלייג, וואקובאלאר — נויטיגט זיך אידיש אין א גרויסער ישועה. און דאס איינציגע פלאץ וואו מען קען די סחורה געפינען, איז ביי דער יידיש-וועלט. דארט ווערט די שפראך געפלעגט און אפגעהיטן. אויב וויל א חרדישער מענטש זיך אויסלערנען רעכט שרייבן, וועט ער, לכאורה, זיך מוזן ווענדן צו יידיש.
אבער אויב זוכט מען רעדערס, לייענערס, און די שפראך ווי א לעבעדיגע וועזן, מוז מען גיין צו די חרדים. דארט לעבט די שפראך. טאקע נאכגעלאזן, מיט צעשויבערטע האר, א קרימען גאנג; אבער פארט, געזונט און שטארק ווי א בער. ביי די יידישיסטן איז די שפראך שיין ווי אסתר המלכה; אבער זי ווערט דערהאלטן ביים חיות מיט קינסטליכע מיטלען. און א שפראך האט נישט ליב צו אטעמען דורך מאשינען.
ס’איז איראניש ביז גאר ווי דער “פארווערטס”, וואס איז געקומען דינען דעם פשוט’ן פאלק, איז מגילגול געווארן אין א הויך-אקאדעמישן זשורנאל געווידמעט און געלייענט דורך פראפעסארן און קאלעדזש-סטודענטן. נאר, וויבאלד דער גורל האט אזוי באשערט, זאל דער “פארווערטס” כאטש פארשטיין זיין מעמד. דער “פארווערטס” היט די שפראך-ריינקייט, און דינט בעיקר אקאדעמיקערס. דער “פארווערטס” איז נישט קיין פאלקס-צייטונג און טאר זיך נישט איינרעדן א קינד אין בויך אז זי דינט די מאסן, וואס דארפן זיך פשוט אויפוועקן און דאס אנערקענען.
די ישועה פאר יידיש וועט נישט קומען פון די חרדים. דאס דארף קלאר פארשטאנען ווערן. וואס יא, די ישועה פאר’ן חרדישן אידיש וועט אפשר יא קומען פונעם יידיש-לאגער. דאס קען זיין. אבער בכדי דאס זאל געשען, דארפן די “פארווערטס”-קרייזן אנערקענען זייער שליחות אנשטאט פרואווען איבעראנדערשן די וועלט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.