דאָס איז שוין געוואָרן אַ ברייט אָנגענומענער „היסטאָרישער אמת‟: ייִדיש איז קיין מאָל ניט געווען קיין מלוכישע שפּראַך. אָבער ווען מע קוקט זיך אַרײַן אין דער געשיכטע, זעט מען, אַז די דאָזיקע טענה איז ניט אין גאַנצן באַרעכטיקט. אין משך פֿון כּמעט צוויי יאָרצענדליק איז ייִדיש, צוזאַמען מיט ווײַסרוסיש, רוסיש און פּויליש, געווען איינע פֿון די פֿיר מלוכה-שפּראַכן פֿון דער סאָוועטישער ווײַסרוסישער רעפּובליק. נאָך מער: אויפֿן הערב פֿון דער רעפּובליק איז אין יענע יאָרן געשטאַנען געשריבן אויף די דאָזיקע פֿיר שפּראַכן „פּראָלעטאַריער פֿון אַלע לענדער, פֿאַראייניקט זיך!‟
טעאָרעטיש, און טיילווײַז אויך פּראַקטיש, האָט דער מלוכישער סטאַטוס פֿון די שפּראַכן געמיינט, אַז די צענטראַלע און היגע מלוכישע אַדמיניסטראַציעס האָבן געדאַרפֿט זײַן גרייט צו פֿירן טעטיקייט אין אַזאַ פֿירשפּראַכיקער סבֿיבֿה. און די מלוכה האָט זיך אויך אָפּגעגעבן מיט קולטור און בילדונג אויף אָט די אַלע שפּראַכן.
דער ייִדישער שרײַבער י. י. זינגער, וואָס איז אין יאָר 1926 געקומען אויף אַ באַזוך אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד, האָט באַשריבן דעם ייִדישן געריכט אין מינסק. די דאָזיקע באַשרײַבונג איז פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אין „פֿאָרווערטס‟; זינגער איז דאָך געפֿאָרן אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד ווי אַ קאָרעספּאָנדענט פֿון דער צײַטונג. דערנאָך איז עס אַרויס אויך אין זײַן בוך „נײַ-רוסלאַנד‟.
הגם לויט דער צאָל ייִדן האָט ווײַסרוסלאַנד פֿאַרנומען נאָר דאָס דריטע אָרט אין דער סאָוועטישער מדינה (אוקראַיִנע און רוסלאַנד האָבן געהאַט מער ייִדן), האָט קיין אַנדער סאָוועטישע רעפּובליק ניט געקענט זיך באַרימען מיט אַזאַ גרויסן חלק פֿון ייִדן אין איר אַלגעמיינער באַפֿעלקערונג — אַריבער 8 פּראָצענט אינעם יאָר 1926, און נאָענט צו 7 פּראָצענט אינעם יאָר 1939. נאָך גרעסער איז געווען דער חלק פֿון ייִדן צווישן דער שטאָטישער באַפֿעלקערונג. אין 1926 זײַנען איבער 40 פּראָצענט תּושבֿים פֿון מינסק, די הויפּטשטאָט פֿון ווײַסרוסלאַנד, געווען ייִדן. און אין באָברויסק, אַ שטייגער, האָט די ייִדישע באַפֿעלקערונג געגרייכט צו 42 פּראָצענט.
דער מצבֿ האָט זיך געביטן מיט 75 יאָר צוריק, אין 1938. דעמאָלט האָט מען אומעטום, אין אַלע סאָוועטישע רעפּובליקן, גענומען פֿאַרמאַכן די ייִדישע שולן. ייִדיש איז אויך פֿאַרשוווּנדן פֿון די אוניווערסיטעטן. פֿון דעמאָלט אָן האָט זיך אָנגעהויבן די שפּיל, אין וועלכער די גאַנצע „ייִדישקייט‟ האָט זיך געמוזט קאָנצענטרירן אין ביראָבידזשאַן. אין דער אמתן, איז אַזאַ „ביראָבידזשאַניזאַציע‟ קיין מאָל ניט געשען, ווײַל די צאָל ייִדן איז אין דער ווײַט-מיזחדיקער ייִדישער געגנט געווען אַ פּיצינקע. אָבער די ייִדישע בילדונג, מחוץ ביראָבידזשאַן, האָט מען דערווײַל כּמעט אין גאַנצן חרובֿ געמאַכט.
אין דער צווייטער העלפֿן פֿון די 1930ער יאָרן, בפֿרט אין 1937, זײַנען אַרעסטירט און אויסגעהרגעט געוואָרן אַ סך ייִדישע ליטעראַטן. דאָס איז געווען אַ טייל פֿון די סטאַליניסטישע „רייניקונגען‟. דעמאָלט זײַנען אין ווײַסרוסלאַנד אומגעקומען די דיכטער איזי כאַריק און משה קולבאַק, ווי אויך אייניקע אַנדערע שרײַבער און קולטור-אַקטיוויסטן. אין מינסק איז, אָבער, פֿאַרבליבן די ייִדישעטאָג-צײַטונג „אָקטיאַבר‟ (אָנגערופֿן לכּבֿוד דער אָקטאָבער-רעוואָלוציע אין 1917) און דער ליטעראַרישער חודש-זשורנאַל „שטערן‟. ס‘האָט אויך געשפּילט דער ייִדישער טעאַטער.
וואָס שייך דעם סטאַטוס פֿון ייִדיש, איז ער געוואָרן נידעריקער, שוין ניט קיין מלוכישער; און פֿונעם הערב איז דער ייִדישער טעקסט אויסגעמעקט געוואָרן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.