דאָס וואָרט “מאַרגאַרין” האָט זיך באַוויזן אויף דער וועלט מיט צוויי הונדערט יאָר צוריק. אין 1813 האָט מישעל עזשען שעווריאָל, אַ פֿראַנצויזישער געלערנטער, וואָס האָט זיך באַשעפֿטיקט מיט אָרגאַנישער כעמיע, אַנטפּלעקט אַ זויערס, וואָס מע האָט אָנגערופֿן “מאַרגאַרין-זויערס”. דאָס וואָרט אַליין שטאַמט פֿון גריכישן “מאַרגאַריטאַריאָן”, וואָס מיינט, “פּערל”. פֿאַר וואָס דווקא “פּערל”? הייב איך ניט אָן צו וויסן.
ווי אַ פּראָדוקט, האָט מאַרגאַרין געפֿונען (און געוווּנען) אַן אָרט אין דער מענטשלעכער ציוויליזאַציע אין די 1860ער יאָרן. דער פֿראַנצויזישער אימפּעראַטאָר נאַפּאָלעאָן דער דריטער האָט צוגעזאָגט צו באַלוינען דעם מענטשן, וואָס וועט פֿאָרלייגן, ווי אַזוי צו פֿאַרבײַטן פּוטער אין דער דיעטע פֿאַר דער אַרמיי און די אָרעמע שיכטן פֿון דער באַפֿעלקערונג. דער כעמיקער איפּאָליט מעזשע-מוריע האָט געוווּנען אין יענעם פֿאַרמעסט.
פֿון דעמאָלט אָן האָט מאַרגאַרין גענומען פֿאַרכאַפּן די וועלט. אמת, ס’איז געווען אַ פּראָבלעם פֿון קאָליר. ווי באַוווּסט, איז פּוטער געל, און מאַרגאַרין איז ווײַס. אין משך פֿון יאָרצענדליקער, אין אייניקע לענדער אַזש ביז די 1960ער יאָרן, איז געווען אָסור אונטערצופֿאַרבן מאַרגאַרין. דאָס האָט געווירקט, פֿאַרשטייט זיך, אויף דעם עולם. כאָטש קלוגע קעפּ האָבן געפֿונען אַ קונץ, וואָס האָט דערלויבט צו בײַטן דעם מצבֿ: מע פֿלעגט פֿאַרקויפֿן מאַרגאַרין מיט אַן געלער אונטערפֿאַרבונג ווי אַ בײַלאַגע. אַזוי אַז מע האָט געקענט איבערמישן דעם ווײַסן מאַרגאַרין מיט דער דאָזיקער אונטערפֿאַרבונג און באַקומען אַ קאָליר פֿון פּוטער.
אַ לענגערע צײַט האָט מען געהאַלטן, אַז מאַרגאַרין איז אַפֿילו געזינטער ווי פּוטער. און שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, ווי מאַרגאַרין איז טיף אַרײַן אין דעם לעבן פֿון פֿרומע ייִדן. איין קלייניקייט – ס’איז כּמו-מילכיקס, אָבער גלײַכצײַטיק איז עס ניט מילכיקס, נאָר פּאַרעווע. אמת, עס האָט אויסגעזען ווי פּוטער, און דערפֿאַר האָט געקענט אונטערפֿאַלן אונטער מראית־עין, וואָס איז דער הלכה-קאָנצעפּט, אַז מע טאָר ניט ניצן אויך אַזעלכע זאַכן, וואָס זעען אויס ווי ניט דערלויבטע. אָבער ס’איז, גאָט צו דאַנקען, דאָ נאָך איין הלכה-קאָנצעפּט: מע קען יאָ ניצן אַזעלכע פֿאַרפֿירעריש-אויסזעענדיקע זאַכן, טאָמער די דאָזיקע זאַכן זײַנען שוין אַזוי ברייט פֿאַרשפּרייט, אַז עס רופֿט מער ניט אַרויס קיין קלאָץ-קשיאות.
הײַנט, אָבער, מוז פֿאָרקומען אַ שטיקל רעוואָלוציע אין דער דיעטע פֿון אַלע לײַט, פֿרומע בתוכם. פֿאַרבונדן איז עס מיט דעם, וואָס עס זײַנען אַרויס קלאָרע אָנווײַזן פֿון דער אַמעריקאַנער רעגירונג, אַז מאַרגאַרין איז ניט גוט פֿאַרן געזונט, מחמת עס טראָגט אין זיך, בדרך-כּלל, טראַנס-פֿעטסן. איך פּרוּוו אַפֿילו ניט צו באַשרײַבן די דאָזיקע טראַנס-פֿעטסן, ווײַל כ’האָב מורא, אַז איך וועל זיך באַנאַרישן. כעמיע האָב איך פֿײַנט פֿון קינדווײַז אָן און, ווי אַ פּועל-יוצא, פֿאַרשטיי איך זייער ווייניק אין אַזעלכע פֿראַגן. צוריק גערעדט, מוז מען וויסן נאָר איין זאַך – די דאָזיקע פֿעטסן פֿאַרקירצן די יאָרן און דערצו סמען זיי אָפּ די פֿאַרקירצטע יאָרן, מאַכנדיק ערגער דעם געזונט-צושטאַנד.
ווי אַזוי וועט זיך עס אָפּרופֿן אויף דעם כּשרן מאַרק? וועלן מיר זען. אָבער עפּעס וועט זיכער געשען. אַ סבֿרא, אַז ביליקער וועט עס דאָס לעבן ניט מאַכן, ווײַל מאַרגאַרין איז דאָך רעלאַטיוו וואָלוול.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.