Vayter

דאָס שטאַרקע ייִנגל (ערשטער טייל)

The Powerful Boy (Part One)

פֿון באָריס סאַנדלער

  • Print
  • Share Share

ס’איז געווען אַ מאָל אַ קייסער. האָט ער געדאַרפֿט חתונה מאַכן זײַן טאָכטער. שיקט ער רופֿן דעם פֿישער, ער זאָל אים כאַפּן די בעסטע פֿיש אַזוי פֿיל, וויפֿל מע דאַרף צו אַ קייסערס טאָכטער חתונה.

האָט דער פֿישער זיך געזעצט אין זײַן שיפֿל און איז אָפּגעשוווּמען אין די ווײַטע וואַסערן, וווּ עס באַהאַלטן זיך אויס די בעסטע פֿיש צום קייסערס טיש. איין טאָג אַרײַנגעוואָרפֿן זײַן נעץ — קיין פֿישל ניט געכאַפּט. אַ צווייטן טאָג אַרײַנגעוואָרפֿן זײַן נעץ — ווידער קיין פֿישל ניט אַרויסגעשלעפּט; אויפֿן דריטן טאָג, ווען ער האָט שוין געזאָלט כאַפּן אַ פֿולע נעץ מיט די בעסטע פֿיש, האָט דאָס שיפֿל זיך איבערגעקערט און דער פֿישער איז דערטרונקען געוואָרן.

דער פֿישער האָט געהאַט אַ ווײַב און אַ זון פֿון זעקס יאָר. האָבן זיי געזען, אַז ער קערט זיך ניט אום אַהיים, זײַנען זיי אַוועקגעגאַנגען צום וואַסער זוכן דעם מאַן און טאַטן. געזוכט איין טאָג — ניט געפֿונען; אַ צווייטן טאָג — אויך ניט געפֿונען; ערשט אויפֿן דריטן טאָג, ווען דער דערטרונקענער קומט אַרויף אויפֿן וואַסער, האָבן זיי דערזען זײַן קערפּער, אים אַרויסגעצויגן און געטאָן זײַן רעכט.

איצט פֿרעגט די מאַמע דעם ייִנגל: „וואָס זשע וועלן מיר טאָן ווײַטער?‟ זאָגט דאָס ייִנגל: „לאָמיר פֿאַרקויפֿן די שטוב און קויפֿן זיך אַ פֿערד־און־וועגעלע. פֿאָרן איבער דער וועלט און פֿון דעם פֿאַרדינען אַ ביסן‟. האָט די מוטער געפֿאָלגט איר זון. זיי האָבן פֿאַרקויפֿט זייער שטיבל און אויף דעם געלט געקויפֿט אַ פֿערד־און־וועגעלע.

זיי זײַנען אומגעפֿאָרן אַ טאָג, זײַנען זיי זייער מיד און הונגעריק געוואָרן. האָט דאָס ייִנגל געזאָגט צו דער מאַמען: „לאָמיר זיך דאָ אָפּשטעלן אויפֿן באַרג און אָפּלאָזן דאָס פֿערד זאָל זיך פּאַשען, און מיר וועלן זיך לייגן שלאָפֿן.‟ ווי זיי זײַנען אַנשלאָפֿן געוואָרן, איז געקומען דעם ייִנגל דער טאַטע צו חלום און האָט אים געזאָגט אַזוי: „זאָלסט וויסן, אַז דאָרט און דאָרט, ליגט אַ שטיין. אונטער דעם שטיין וועסטו געפֿינען אַ זייבעלע*. און אַז דו וועסט דאָס זייבעלע אָנטאָן, וועסטו ווערן דער שטאַרקסטער מענטש אויף דער וועלט. און נאָך: מיט איין שפּאַן וועסטו קענען מאַכן הונדערט מײַל. אָבער איין זאַך איז וויכטיק — טו דאָס זייבעלע אָן אויפֿן לײַב, אונטער דײַנע קליידער, קיינער זאָל ניט וויסן פֿון וואַנען עס נעמט זיך צו דיר אַזאַ גבֿורה.‟

דאָס ייִנגעלע האָט זיך אויפֿגעכאַפּט, ווען דאָס לעצטע וואָרט האָט אָפּגעקלונגען אין דעם קאַיאָר. ער האָט זיך אויפֿגעהויבן און זיך געלאָזט גלײַך צו דעם אָרט, וואָס דער טאַטע האָט אים אָנגעוויזן. און טאַקע, ער האָט אין גיכן דערזען אַ שטיין. ווען ער האָט דעם שטיין אויפֿגעהויבן, האָט ער דאָרט געפֿונען דאָס זייבעלע. דאָס ייִנגעלע האָט עס אָנגעטאָן, ווי דער טאַטע האָט אים געהייסן, אונטער זײַנע קליידער. ער האָט געמאַכט איין שפּאַן, אַ צווייטן, נאָכן דריטן שפּאַן איז ער שטיין געבליבן בײַ אַ פּאַלאַץ, וואָס איז געווען פּונקט דרײַ הונדערט מײַל אַוועק פֿון דעם שטיין.

אין דעם פּאַלאַץ האָבן געוווינט פֿערציק ריזן. יעדער ריז האָט געהאַט דרײַ קעפּ, און דער פּאַלאַץ אַליין האָט געהאַט אַ טויער, אַז נאָר אַלע פֿערציק ריזן צוזאַמען האָבן אים געקענט עפֿענען. און דאָ קומט צו דאָס ייִנגעלע, גיט אַ קוועטש די קליאַמקע און מיט איין שטופּ עפֿנט ער דעם טויער. ווי דער טויער האָט זיך אויפֿגעמאַכט זײַנען די ריזן צו אים צוגעלאָפֿן און דערזען דעם קליינעם פּאַרשוין פֿאַר זיך. האָט אים דער עלטסטער פֿון די ריזן געפֿרעגט פֿאַרחידושט: „זאָג דעם אמת, צוציק, ווער האָט דיר דעם טויער געעפֿנט?‟ — האָט אים דאָס ייִנגעלע געגעבן אַ פּאַטש און דער ריז איז געבליבן ליגן אַ טויטער. די אַנדערע ריזן האָבן זיך זייער דערשראָקן. זאָגט צו זיי דאָס ייִנגעלע: „האָט ניט קיין מורא פֿאַר מיר. איך וועל אײַך גאָרניט טאָן. גיט מיר נאָר עסן פֿאַר מײַן מאַמען, וועל איך עס איר אָפּטראָגן; און איר, ביז כ’וועל זיך אומקערן צוריק, זאָלט דערווײַל אָפּקאָכן אַ קופּערנעם קעסל מיט בוימל. איך וועל אײַך ווײַזן אַ שיינעם האָקוס־פּאָקוס!‟

און אַזוי איז טאַקע געווען. ווען ער האָט זיך אומגעקערט פֿון דער מאַמען, האָט ער געהייסן די ריזן זיי זאָלן זיך אויסשטעלן אין איין שורה. דערנאָך האָט ער אויפֿגעהויבן דעם קעסל מיט דעם מינדסטן פֿינגער און אויסגעגאָסן דעם זודיקן בוימל אויף זייערע קעפּ. אַז די ריזן זײַנען שוין אַלע געווען טויט, האָט ער געבראַכט די מאַמען און זיי האָבן זיך שוין אין דעם פּאַלאַץ באַזעצט.

איין מאָל איז דאָס ייִנגעלע געגאַנגען אַרומקוקן די אַלע צימערן, וואָס זײַנען אינעם פּאַלאַץ געווען. איז איין צימער געווען פֿול געפּאַקט מיט אַלט געווער, וואָס איז געהאָנגען אויף די ווענט און איז געשטאַנען אין אַלע ווינקלען. אין אַ צווייטן צימער האָט ער דערזען סקעלעטן פֿון חיות און פֿייגל, אין אַ דריטן צימער — מענטשלעכע קעפּ פֿון פֿאַרשידענע מינים פֿעלקער, אין אַ פֿערטן — ביכער פֿונעם דיל ביז דער סטעליע…

און אַזוי איז ער געגאַנגען פֿון צימער צו צימער ביז ער איז צוגעקומען צו אַ טיר, וואָס האָט געפֿירט אין קעלער אַראָפּ. האָט ער אויפֿגעמאַכט די טיר, אָנגעצונדן עטלעכע ליכט און זיך אַראָפּגעלאָזט מיט די טרעפּ אין קעלער. אין אַ ווינקל האָט ער דערזען אַ פֿאַרוואַקסענעם פּאַרשוין, צוגעשמידט מיט קייטן צו צוויי ווענט. דאָס איז געווען דער אמתער באַלעבאָס פֿון דעם פּאַלאַץ — אַ בייזער קאָלדון,** וואָס די פֿערציק ריזן האָבן אים דאָ פֿאַרשפּאַרט. האָט זיך דער קאָלדון־מכשף אָנגעהויבן בעטן בײַם ייִנגעלע ער זאָל אים פֿרײַלאָזן; געוויינט און געקלאָגט מיט ביטערע טרערן. דאָס ייִנגעלע האָט זיך אָבער געמאַכט ניט־הערנדיק, צוריק פֿאַרמאַכט די טיר און האָט פֿאַרלאָזט דעם קעלער. ער איז געגאַנגען ווײַטער איבער די צימערן, אַזוי גרויס איז געווען דער פּאַלאַץ.

ווען ער האָט אויפֿגעמאַכט די טיר פֿונעם לעצטן צימער, האָט ער דאָרט געטראָפֿן אַ מיידל. האָט דאָס מיידל אים געזאָגט: „וואָס טוסטו דאָ? די ריזן וועלן דיך דערהרגענען!‟ האָט דאָס ייִנגעלע איר געענטפֿערט: „האָב ניט קיין מורא, איך וועל דיך ראַטעווען!‟ האָט דאָס שיינע מיידל אים דערציילט, אַז זי איז אַ טאָכטער פֿון אַ רײַכן סוחר, און אַז די ריזן האָבן זי אַרויסגעגנבֿעט פֿון איר טאַטנס הויז און געבראַכט אַהער.

אויסגעהערט איר ביטער האַרץ, האָט דאָס ייִנגעלע זי אָפּגעפֿירט אין איר שטאָט צום טאַטן. בײַם געזעגענען זיך האָט דאָס מיידל געשענקט אים אַ רינג מיט איר נאָמען פֿאַר אַן אָנדענק. און נאָך האָט זי געזאָגט דעם ייִנגל, אַז אויב זיי וועלן זיך נאָך אַ מאָל טרעפֿן, וועט זי מיט אים חתונה האָבן.

אין דער צײַט, וואָס דאָס ייִנגעלע האָט אָפּגעפֿירט דאָס מיידל אַהיים, איז זײַן מאַמע זיך אויך דורכגעגאַנגען איבער דעם פּאַלאַץ. ווי איר זון, איז זי צוגעקומען צו דער טיר פֿונעם קעלער, וווּ ס’איז געווען דער בייזער קאָלדון־מכשף צוגעשמידט אין קייטן, און זיך אַהין אַראָפּגעלאָזט. דער מכשף האָט זי דערזען, האָט ער זיך אָנגעהויבן בײַ איר בעטן, זי זאָל אויף אים רחמנות האָבן און אים פֿרײַלאָלן. אַוודאי האָט זי אויף אים רחמנות געהאַט און האָט אים באַפֿרײַט פֿון די קייטן.

טאַקע דאָס האָט דער מכשף געדאַרפֿט. ער האָט שוין געוווּסט ווי אַזוי צו לאָזן אין גאַנג זײַן כּישוף. די פֿרוי איז דאָך געווען נאָך אַ יונגע, און ווען זי האָט דערזען דעם מכשף שוין אויף דער פֿרײַ — אַ הויכער, מיט אַ פֿריש אָפּראַזירט פּנים, אָנגעטאָן אין שיינע פּריצישע קליידער — האָט זי באַלד פֿאַרלוירן דעם קאָפּ און שׂכל, און איז גרייט געווען נאָכגעבן זײַן יעדן באַגער. זי איז געוואָרן אַ שפּילעכל אין זײַנע הענט.

המשך קומט


*זייבעלע — אַ קליינער שווערד

**קאָלדון — מכשף